ⓘ מנשה לוסטיג ..

די קאָמעדיע קליפּס

די קאמעדיע קליפס איז א זאמל פון קורצע ווידעא קליפס, דאס ערשטע אין צאל, פונעם חסידישער פיזישער אקטיאר און קאמידיאן - מנשה לוסטיג פון ניו יורק. אין דיזע קליפס ווערן אויסגעשפילט, אויף א סארקאסטישן שטייגער, די איבערגעטריבענע נערוועזקייטן און פאביעס, פון דאס היימישע לעבנס שטייגער, וואס איז היבש לאכעדיג אבער א ביטערע געלעכטער, צייגנדיג פארשידענע סיטואציעס אין לעבן ווי מאנכע זענען מלבש כעס און געוואוינהייטן, אין כאילו א מצוה צו מנהג צו גאר חינוך. מנשה לוסטיג איז חלילה נישט קיין משכיל וואס זוכט אפשפעטן פון יידישע לעבנס שטייגער, פונקט פארקערט, ער איז דערמיט אין אלגעמיין משמח דעם פאבליקום, און דערבי ...

הצלה - 2012

הצלה - 2012 איז א פילם, פראדוצירט דורך דעם הצלה וויליאמסבורג קאמיטעט, וואו עס ווערט געזען א לענגערע קאמישע געשיכטע פון איינעם וואס האט געוואלט ווערן א הצלה מיטגליד.

יענס געלעכטער

יענס געלעכטער איז א זאמל פון קורצע ווידעא קליפס, פונעם חסידישער פיזישער אקטיאר און קאמידיאנט - מנשה לוסטיג פון ניו יורק. אין די דאזיגע לאכערייקעס, ווערן אויך אויסגעשפילט, אויף א סארקאסטישן שטייגער, די איבערגעטריבענע נערוועזקייטן און פאביעס, פון דאס היימישע לעבנס שטייגער, וואס איז היבש לאכעדיג אבער א ביטערע געלעכטער, צייגנדיג פארשידענע סיטואציעס אין לעבן ווי מאנכע זענען מלבש כעס און געוואוינהייטן, אין כאילו א מצוה צו מנהג צו גאר חינוך. מנשה לוסטיג איז חלילה נישט קיין משכיל וואס זוכט אפשפעטן פון יידישע לעבנס שטייגער, פונקט פארקערט, ער איז דערמיט אין אלגעמיין משמח דעם פאבליקום, און דערביי איז ...

מנשה לוסטיג

מנשה לוסטיג, א יידישער פַּאראָדיסט, פילם אַקטיאָר, דענקער, פּראָזאַיִקער און סצענאר שרייבער. זיין סטיל איז אויף אַ הומאריסטישן שטייגער, ספעציעל דורך לאַכערייַקע ווידעא קליפס און בילדער.

מנשה (פילם)

מנשה איז א דראמאטישער פילם, אין יידיש, א געשיכטע וועגן א קאמפליצירטער פּעריאָד-צייט, אינעם לעבן פונעם חסידישן ארטיסט און באקאנטן אקטיאר - מנשה לוסטיג, געשפילט דורך נאטורליכע אפליקאנטן, מיט מנשה לוסטיג זעלבסט. כאטש די דאזיגע פילם איז געשפילט דורך פרומע יודען, דאך איז עס אָריגינעל געאייגענט פאר דעם סעקולערער וועלט, ווי א שטייגער די פילמען אינעם ישראלישער סטיל, אנפילן די הוילקייט, אושפיזין פילם א.ד.ג.

שמירה (פילם)

שמירה איז א אמעריקאנער כשרער שוידער פילם, אויף ענגליש און א טייל אין יידיש, געשפילט דורך פראפעסיאנעלע אקטיארן. א געשיכטע וועגן א מזיק וואס האט געשוועבט אינעם שטוב פון א עלטערע פארפאלק - מלחמה איבערלעבער; ווען דער אלטער איז געשטארבן, האט דער רב געצאלט פאר א יונגער אויסווארף, אז ער זאל היטן - ווי די הלכה פארלאנגט - אויפן טויטן קערפער. און דער קאַמף צווישן רעאליטעט און אילוזיע, וואס סהאט זיך דארט אפגעשפילט איבערן נאכט, איז א אויספירליכע צאפעלדיגע געשיכטע. דער פילם איז געשריבן און רעזשיסירט דורך קיט טאמאס, און פראדוצירט דורך דעני פֿינקלמאַן - דירעקטאר פונעם ספּאַרקס-נעקסט פילעם פּראָדוקציע פירמע.