ⓘ וויגעניזם ..

וויגעניזם

וויגעניזם איז אן אידאלאגיע וואס גלויבט אין זיך נישט באניצן מיט סיי וואסערע פראדוקט וואס קומט פון א לעהבעדיגע באשעפעניש, ווײַל זיי באטראכטן נישט בעלי חיים אלס פראדוקטן וואס מקען מיט זיי טוהן וואס מוויל. זיי אינטערשיידן זעך פון וועגעטאריאניזם מיט דעהם וואס נישט נאר זיי פארמיידן אויך אייער, האניג און מילכיגס, נאר זיי טוהען אויך נישט ניצן לעהדער, וואקס און זײַדן. ממילא איז עס מעהר ווי בלויז א דיעטע, סאיז א סארט לעהבנסשטייגער מיטן ציהל נישט צו נעמען אנטייל אין די צער און פּײַן פון אנדערע באשעפענישן וואס וועהרט פאראורזאכט דורך די מאסן פראדוקציע - אויף ווי ווײַט מעהגלעך.

וועלטלינגען

וועלט-לינגען, איז א 2005 עהנגליש שפראכיגער דאקומענטארער פילם וועלכע דעקט אויף די גרויזאמע אופן וואס מענטשן באגייען זיך היינט צו טאהג מיט אנדערע בעלי חיים פארן ציהל פון: עסן, קליידונג, אונטערהאלטונג און פארשונג. מערסטנס פונעם פילם איז רעקארדיהרט געווארן דורך באהאלטענע פאטא-אפאראטן אין די פלעצער וואו מען גיבט זיך אפ מיט די באשעפענישן. צווישן אנדערע ווייזן זיי ווי אין א כשרע שלאכט-הויז האלט מען זיך נישט צו די הלכה. דער ציהל פונעם פילם איז צו ווייזן ווי אוממענטשליך מיר באגייען זיך צו די בעלי חיים און מענטשן זאלן נעמען אין באטראכט צו וועהרן וועדזשעטעריעןס אדער וויגען, זינט מקען זיך היינט צו טאה ...