ⓘ אברהם דוד גליק. ער האָט זוכה געווען צו פאַרפּאַסן אסאך ספרים, וואס טויזנטער אידן זענען באַהאַוונט געוואָרן אין די מנהגי קודש פון סאטמארער רבין זיע דורך זיינע פי ..

                                     

ⓘ אברהם דוד גליק

ער האָט זוכה געווען צו פאַרפּאַסן אסאך ספרים, וואס טויזנטער אידן זענען באַהאַוונט געוואָרן אין די מנהגי קודש פון סאטמארער רבין זי"ע דורך זיינע פילצאָליגע חיבורים, דהיינו: - "סידורים לימות החול ולשבת ויום טוב" - וואס אין יענע יארן ווען ער האט אנגעהויבן איז עס געווען אן עבודת הפרך און נישט אזוי גרינג ווי די היינטיגע מאשינען - וואס ער האט ב"ה די זעלטענע זכיה דאס אז צענדליגער טויזענטער אידן האבן געדאווענט אין זיינע סידורים במשך די אלא יארן, און טוען נאך טאג טעגליך דאווענען צום בוכ"ע דריי מאל א טאג אין זיינע סידורים, וואס איז זיכער א גרויסער זכות פאר זיין נשמה. און ווי אויך די הערליכע - "זמירות לשבת ויו"ט ומנהגי קודש", די הערליכע - "מחזורים דברי יואל על מועדי השנה", וואס די אלע אויבערדערמאנטע זאכן איז געווען פונעם ערשטן סארט מיטן היימישן נוסח פון רביה"ק זי"ע וואס האט אסאך גרינגער געמאכט פאר אנ"ש, - "הגדה של פסח - סאטמאר - ומנהגי קודש", א יופי פון אן ארבעט וואס ער האט ארויסגעגעבן אין זיין לעצטן יאר. - "סדר סליחות ומנהגי קודש", - "הושענות והקפות ומנהגי קודש", - "הדלקת נר חנוכה ומנהגי קודש", - "סדר ימי הפורים ומנהגי קודש", ווי אויך די בארימטע - "מחזורים מועדי קדשיך" אויף די מועדי השנה, אין א קלענערן פארמאט גרינגער צו האלטן, און דאס איז נאך ביזן היינטיגן טאג דער איינציגסטער סארט מחזור מיטן היימישן נוסח וואס מען דארף נישט ארוממישן ביים דאווענען וואס דער עולם און אויך ספעציעיל די קינדער און בחורים האבן דערפון זייער הנאה.

די אלע אונטערנעמונגען האט ער מוציא לאור געווען כלול בהדרו וביופיו, מיט גאר שיינע נייע גרעסערע אותיות. און אזוי ווייטער האט ער ארויסגעגעבען אנדערע חיבורים ווי - "הבית בהבנותו" א הערליכע חיבור בעניני נישואין במשנתו של רבינו, וואס יעדער וואס מאכט חתונה א קינד זוכט דאס צו האבן און מען רירט זיך נישט אן דעם. - "אגרות מהרי"ט" ח"א - אוסף מכתבי קודש של רבינו, און אויך ספר - "זכר צדיק לברכה" ד כרכים - פריש אויפגעדעקטע עובדות און סיפורים פונעם רבין זי"ע וכו וכו. עס פארמאגט טויזנטער סיפורי קודש וואָס דער מו"ל ז"ל האָט געזאַמלט לאַנגע יאָרן מפיהם ומפי כתבם פון ערשט-האַנטיגע קראַנטע מקורות, און ער איז געווען באקאנט ביים עולם מיט זיין אמתדיגקייט פון שרייבן מעשיות מיט שטארקע קלארע מקורות און ווי אויך שרייבן פונקטליך, עס זאל ווערן אראפגעברענגט אויפן פאפיר דאס מערסטע אקוראט וואס נאר מעגליך, למען ידעו דור אחרון בנים יולדו צדיק מה פעל, און וויפיל מאל איז געווען מעשיות וואס נאך לאנגע טירחות און טירדות האט ער מחליט געווען אז ער קען נישט פעסטשטעלן יעדע ריר פון די מעשה און דאס דארף בלייבן בשב ואל תעשה, און אזוי איז יעדע מעשה געמאסטן געווארן אויפן גרעסטן אחריותדיגן פארנעם.

                                     
  • די מלחמה. ביז מיט אייניגע יארן צוריק האט ער געארבעט בשותפות מיט הרב אברהם דוד גליק אונטערן נאמען דפוס מזל אבער אין די לעצטערע יארן איז א שווארצע קאץ אריבער
  • מו ל פון מערערע ספרים, ובפרט פון ספרי רבינו בעל ויואל משה זצוק ל, הר ר אברהם דוד גליק וועלכער איז אין די ערשטע יארן געווען א שותף מיט הר ר יחזקאל לויפער אין
  • שטערן, ווערטער: שמעון פרוג, ניגון: החזן אברהם משה בערנשטיין דער פארטיזאנער ליד זאג נישט קיינמאל ווערטער: הירש גליק ניגון: דימיטרי פאקראס אבל אנחנו עמך
  • ר יונתן טויבין רעב אסתר יונגרייז ר אבי שאפראן ר בערל וויין קערעליין גליק ר יצחק אלדערשטיין קאל טאמעס מארט זוקערמאן דזשעף באלאבאן אוריאל היילמאן וויקטאר
  • מרדכי בן דוד האט פיל זיך געדרייט ביי אים און נאך פארשידענע עסקנים. צווישן זיינע גבאים זענען געווען יחזקי האפמאן, יצחק תהילים, אברהם שעהנוואלד, אברהם הערש
  • אלבוים וואס וועט אנטהאלטן אלע שטערןס אין חסידישע מוזיק מרדכי בן דוד גד אלבז אברהם פריד און ליפא שמעלצער וואס יעדע איינער וועט זינגען איין ניגון פון