ⓘ משה מרדכי בידערמאן. רבי משה מרדכי איז געבוירן געווארן אין יאר תרסג אין דער אלטשטאט ירושלים צו זיין פאטער רבי שמעון נתן נטע פון לעלאוו און זיין מוטער מרת חנה ריי ..

                                     

ⓘ משה מרדכי בידערמאן

רבי משה מרדכי איז געבוירן געווארן אין יאר תרס"ג אין דער אלטשטאט ירושלים צו זיין פאטער רבי שמעון נתן נטע פון לעלאוו און זיין מוטער מרת חנה רייצא, טאכטער פון הרב יוסף ציינווירט. זיין מוטער איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען נאך א יינגל, און זיין פאטער האט זיך געצויגן קיין קראקע אין פוילן. אלס יתום איז ער געבליבן מיט זיין ברודער ביי זיין זיידן דעם לעלאווער רבי, רבי דוד, וואס איז געווען באוואוסט ווי א מנהיג פון א הויף פון חסידים אין ירושלים, זיין זיידע האט אים שטארק ליב געהאט און האט אריינגעלעגט אין זיין חינוך. פון יונגערהייט אן האט ער געהארעוועט טעג און נעכט אין תורה און עבודת ד. ביינאכט פלעג ער לערנען אין דער ישיבת המקובלים שער השמים אין אלטשטאט ירושלים. ביי די זיבעצן יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון די גדולי התורה אין ירושלים.

נאך זיין זיידנס פטירה איז ער ארויס צו זיין ביי זיין טאטן אין קראקע. דארט האט מען אים משדך געווען מיט עטיל שווארץ, א טאכטער פון הרב אברהם שווארץ, אב״ד פשעמישל. אין אייראפע איז ער געווארן גאר נאנט צום קארלינער רבי׳ן רבי אברהם אלימלך פערלאוו, וואס האט אים שפעטער באשטימט צו פירן די קארלינער חסידים אין ארץ ישראל. ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, צום גדליה ג תשרי התר"ץ אין ירושלים, האבן די עלטערע לעלאווער חסידים אים מכתיר געווען ממלא מקום פון זיין פאטער.

ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, און דערנאך אין תל אביב און בני ברק, נאכהער איז ער צוריקגעקומען קיין ירושלים וואס ער זיך נישט געקענט מסיח דעת זיין דערפון. אין זיינע לעצטע טעג איז זיין הויף אריבער צו שיכון ה אין בני ברק. ער איז געווען מפורסם ווי אן אויסגעצייכענטער צדיק און א פועל ישועות. ער האט געהאט א שטארקן קשר מיט בעלזער רב רבי אהרן, און מיט רבי ישראל אבוחצירה דער באבא סאלי. ער האט מקפיד געווען צו באהאלטן זיין לערנען און זיינע מדרגות; נאר נאך זיין פטירה איז מען געוואויר געווארן אז ער פלעג מסיים זיין גאנץ ש"ס בבלי יעדע יאר.

אין תשכ"ב האט מען באשטימט רבי משה מרדכי צו ווערן אויך דער רבי פון דעם "זקנים" טייל פונעם קארלינער חסידות. דעם טייל פון קארלין וואס רבי משה מרדכי האט געפירט רופט מען היינט פינסק-קארלין.

רבי משה מרדכי איז נפטר געווארן כ"ד טבת התשמ"ז און מען האט אים באערדיגט אין דעם בית עולם אויף הר הזיתים, לעבן די לעלאווער רבי׳ס, זיין פאטער, זיידע און עלטער־זיידע.

טייל פון זיינע תורות האט מען געדרוקט אינעם ספר "ברכת משה".

נאך זיין פטירה האט מען מכתיר געווען צוויי פון זיינע זין ווי לעלאווער רבי׳ס, רבי אברהם שלמה ורבי שמעון נתן נטע. עטלעכע יאר שפעטער האט מען אויך מכתיר געווען זיין זון רבי אלטער. ווען זיין עלטסטער זון רבי אברהם שלמה איז אוועק האט מען מכתיר געווען נאך צוויי פון זיינע זין רבי׳ס, רבי פנחס לעלאוו-ניקאלשבורגער רבי און רבי ישכר דוב לעלאוו-פיעטריקאווער רבי. נאך צוויי זין האבן נישט געפירט קיין רביסטעווע.

                                     

1. משפחה

די קינדער פון רבי משה מרדכי און מרת עטיל זענען:‏

  • מרת נחמה רוחמה, ווייב פון רבי שמואל צבי ראזנפעלד, לעלאוו-קארלינער רבי אין בני ברק ער איז נפטר געווארן ט"ו תשרי התש"ע
  • רבי פינחס יצחק, לעלאוו-ניקאלשבורגער רבי
  • רבי ישכר דוב, לעלאוו-פיעטריקאווער רבי
  • רבי שמעון נתן נטע, לעלאווער רבי נפטר געווארן י תשרי התש"ע
  • רבי דוד צבי ישראל
  • רבי אלטער אלעזר מנחם, לעלאווער רבי נפטר געווארן י"ד טבת התשס"א
  • מרת רבקה, ווייב פון ר חיים אליעזר האראנטשיק
  • מרת שרה חנה בלומא תרפ״ד - כ״ד אב תשע״ח, ווייב פון ר שמואל עוזר קאפ
  • רבי שמואל שמעלקא
  • רבי אברהם שלמה, לעלאווער רבי נפטר געווארן ט"ז שבט התש"ס
                                     
  • קראקא - ירושלים. רבי משה מרדכי בידערמאן ה תרס ד - כ ד טבת ה תשמ ז לעלאווער רבי אין בני ברק - ירושלים. רבי שמעון נתן נטע בידערמאן טבת ה תרצ א - יום כיפור
  • אלמנה פון הרב אברהם שווארץ, אב ד פשעמישל. רבי משה מרדכי בידערמאן תרס ד - כ ד טבת תשמ ז רבי יעקב יצחק בידערמאן כ ג שבט תרס ז - כ ג אלול תשמ א פנחס חיים
  • רבי שמעון נתן נטע בידערמאן געב טבת ה תרצ א נפטר יום כיפור ה תש ע איז געווען דער לעלאווער רבי אין בני ברק. רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת
  • מיילעך בידערמאן געבוירן ט חשוון ה תשכ ח איז א באקאנטער חסידישער משפיע און א בעל דרשן אין ארץ ישראל. ער איז א זון פון רבי אלטער אלעזר מנחם בידערמאן נפטר
  • וויען, עסטרייך, וועלכער איז געווען א איידעם ביים לעלאווער רבי, רבי משה מרדכי בידערמאן צו וועמען ער האט זיך געבינדן און האט געשאצט זייער שטארק. נאך איידער
  • קינדער: רבי אברהם מרדכי תרכ ו - תש ח דער אמרי אמת גערער רבי און נשיא פון דער מועצת גדולי התורה יצחק מאיר, נפטר געווארן יונגערהייט רבי משה בצלאל תרכ ט
  • א זון פון הרב הנגיד משה קאנער פון סאניק. מרת ביילא, בזיווג ראשון די ווייב בזיווג ראשון פון הרב בן - ציון אונגאר א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר פון צאנז
  • חסידים אין בראכפעלד הרב לוי יצחק איידעם פון ר אלימלך בידערמאן מרת צירל, די ווייב פון רבי דוד משה ראזנבוים, זון פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים פון קרעטשענעוו
  • הר ר ישראל מרדכי טווערסקי ז סיון ה תרפ ט - כ ב סיון ה תשס ד איז געווען רחמיסטריווקער רבי אין ירושלים 22 יאר. ישראל מרדכי איז געבוירן אין ירושלים מוצאי
  • טאכטער פון מאיר פון זשאריק. ער האט זיך דערנענטערט צו חסידות דורך רבי דוד בידערמאן פון לעלאוו וואס האט אים געברענגט צום הויף פון דעם חוזה פון לובלין, וואו