ⓘ לינקאלן צענטער. לינקאָלן צענטער פֿאַר די פארשטעלונג קונסטן איז אַ קאָמפּלעקס פון געביידעס מיט אַ גאַנצן געגנט פון 61 דונאַם אין ניו יארק, וואס דינט אלס מוזיי פא ..

                                     

ⓘ לינקאלן צענטער

לינקאָלן צענטער פֿאַר די פארשטעלונג קונסטן איז אַ קאָמפּלעקס פון געביידעס מיט אַ גאַנצן געגנט פון 61 דונאַם אין ניו יארק, וואס דינט אלס מוזיי פאר 12 קונסט אפטיילונגען.

דאס אָרט איז געבויט געווארן אין די 60ער יארן פונעם צוואנציגסטן יאָר-הונדערט, דורך ראבערט מאזעס, אלץ טייל פון אַ פּלאַן איבערצומאכן די שטאט, דאן איז עס געווען דאס ערשטער צונויפקום פון וויכטיק קולטור אינסטיטוציעס, אין איין צענטראל אָרט אין איין שטאט, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

עס געפונט זיך צווישן קאָלומבוס און אַמסטערדאַם עוועניו, צווישן 62 סטריט וועסט און 66 סטריט וועסט, אין "אַפּער וועסט סייד" מאנהעטען.

דארט קומט אויך פאר דער יערליכער פילם פֿעסטיוואַל דורך די ניו יארק נייע רעזשיסארן/נייע פילמען פעסטיוואל, און ווערט אָרגאַניזירט דורכן מוזיי פון מאדערנער קונסט און פֿילם געזעלשאַפט פונעם לינקאָלן צענטער. דער פעסטיוואל קומט פאר געווענליך אינמיטן מערץ, און איז זייער א באַוואוסטער פֿעסטיוואַל, זייענדיג דער פראמינענסטער פעסטיוואל אינעם קונסט ראנג.