ⓘ פסיכיאטריע אינסטרוקציע בוך, DSM. די דיאַגנאָסטישע און סטאַטיסטישע האנטבוך פון גייַסטישע פֿעלערן איז ארויסגעגעבן געווארן דורך דער אמעריקאנישער פסיכיאַטרישער אַסא ..

                                     

ⓘ פסיכיאטריע אינסטרוקציע בוך (DSM)

די דיאַגנאָסטישע און סטאַטיסטישע האנטבוך פון גייַסטישע פֿעלערן איז ארויסגעגעבן געווארן דורך דער אמעריקאנישער פסיכיאַטרישער אַסאָסיאַציע און דאס אָפפערט אַ קענטיגע שפּראַך און נאָרמאַלע קרייטעריע פֿאַר די קלאַסיפיקאציע פון גייַסטישע פֿעלערן. עס ווערט גענוצט, דורך קליניקס, ריסערטשעס, פסיכיאַטריק מעדיצין רעגולעישן עידזשענסיס, געזונט פאַרזיכערונג קאָמפּאַניעס, פאַרמאַסוטיקעל קאָמפּאַניעס, און דער לעגאַלער סיסטעם צוזאַמען מיט אַלטערנאַטיוועס אַזאַ ווי די ICD -10 קלאַסיפיקעישאַן פון גייַסטישע און ביהעיוויערעל-פֿעלערן, געשאפן דורך די ווארלד העלטה ארגעניזאציע.

די ד.ס.ם. איז איצט אין זייַן פינפטע אויסגאבע, דסם-5, ארויסגעגעבן May 18, 2013. עס שאצט דעם פּאַציענט אויף פינף דימענשענס ענדערש ווי נאָר איין ברייטער אַספּעקט פון גייַסטיקע דיסאָרדער. די דימענשענס פאַרבינדן צו ביאלאגישע, פסיכאלאגישע, געזעלשאַפטלעכע און אנדערע אַספּעקטן. די ד.ס.ם. איז אויסגעארבעט פון סיסטעמס וואס זאמלען צענזוס, און פסיכיאטרישע שפּיטאָל סטאַטיסטיקס, און פון אַ פאַראייניגטע שטאַטן אַרמיי האנטבוך. איבערמאכונגען זינט זייַן ערשטער אויסגאבע אין 1952 האָבן צוגעלייגט צו די סך הכל נומער פון גייַסטישעפֿעלערן, כאָטש זיי האבן אויך אוועקגענומען אזעלכע וואס זענען נישט מער געהאלטן געווארן צו זייַן גייַסטישעפֿעלערן.

די אינטערנעשאָנעל קלאַססיפיקעישאָן פון דיזיעסעס ICD איז די אנדערע באקאנט-געניצטע האנטבוך פאר גייַסטישעפֿעלערן און פאקטיש דער אפיציעלער סיסטעם פֿאַר די יו. עס. דאס איז אנדערש פון די ד.ס.ם. אַז עס קאָווערס געזונט אינגאַנצן. בשעת די ד.ס.ם. איז אממערסטנס די פאָלקס דיאַגנאָסטישע סיסטעם פֿאַר גייַסטישעפֿעלערן אין די יו.עס. איז די י.ק.ד. באניצט מער אלוועלטליך אין אייראָפּע און אנדערע חלקים פון די וועלט. די ד.ס.ם איי ווי-טי אר פערטע אויסגאבע איז כּולל ספּעציפישע קאָודס וואס ערמעגליכט פֿאַרגלייכונגען צווישן די ד.ס.ם. און די ICD מעניואַלן, וואָס קענען זיין נישט גלייַך ווייַל ריוויזשענס ווערן נישט די זעלבע אויסגערעכנט. אין דערצו, די ארויסגעבן פון די דסם, מיט שטרענגע קאַפּירייטס, האט אריינגעבראכט איבער $100 מיליאָן פֿאַר די אַפּאַ.

                                     

1. רעפערענצן

1^ ארויפשפרינגען ↑ The ICD-10 Classification of Mental and Behavioural Disorders: "Blue Book" Clinical descriptions and diagnostic guidelines und "Green Book" Diagnostic criteria for research

ארויפשפרינגען ↑ Susan Bowman, 2006. The National Psychologist 2006-11-01. דערגרייכט דעם 2013-12-03.