ⓘ ישראל יעקב פישער. הרב ישראל יעקב פישער איז געווען רב אין שכונת זכרון משה, ירושלים,און ראבד פון דער עדה החרדית פון תשנו ביז תשסג. ישראל יעקב פישער איז געבוירן גע ..

                                     

ⓘ ישראל יעקב פישער

הרב ישראל יעקב פישער איז געווען רב אין שכונת זכרון משה, ירושלים,און ראב"ד פון דער עדה החרדית פון תשנ"ו ביז תשס"ג.

ישראל יעקב פישער איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו דבורה און אהרן פישער פון די אנשי ה"פרושים" בירושלים. סווערט פארציילט אז זיין טאטע האט געשאסן דעם מנהיג פון די אראבער וואס איז געקומען טשעפן די אידן ביי די תרפ"ט ראיאטן, אבער די שמועות זענען נישט באשטעטיגט. זיין טאטע האט געשטאמט פון א רבנישער משפחה, דער זיידע רבי שלמה פישער איז געווען רב פון דער סטאטוס קווא קהילה פון קארלסבורג און א תלמיד פון רבי אברהם שמואל בנימין סופר און רבי יצחק דוב באמבערגער. די באבע שרה גיטל פישער איז געווען אן אייניקל פון רבי צבי הירש העלער מגדולי רבני אונגארן.

זיין טאטע איז געווען מקורב צו יעקב ישראל דעהאן, ממילא האט ער גערופן זיין קינד אויף זיין נאמען. בשנת התש"ב, זייענדיג אלט 17 יאר, איז זיין פאטער נפטר געווארן. מיט ערציען די בני המשפחה, האט ארויסגעהאלפן, הרב יחיאל מתתיהו דיוויס. ישראל יעקב האט חתונה געהאט מיט מלכה בת הרב ישראל אשר וואלעס, איידעם פוחן הרב בן ציון יאדלער.

הרב פישער האט געדינט במשך ארבעים שנה אלס רב שכונת זכרון משה אין ירושלים, און אלס דיין אין בד"צ העדה החרדית. בסוף ימיו איז ער געווארן נתמנה ראב"ד של הבד"צ. ער איז נחשב אלס איינער פון די חשובי הפוסקים אין ירושלים. זיינע פסקים זענען פארזאמלט אין די ניין בענדער שו"ת "אבן ישראל".

צווישן זיינע באקאנטע פסקים: א שוואנגערע פרוי אין דעם ניינטן חודש איז פטור פון פאסטן יום הכיפורים, און א היתר צו עפענען שבת שטאפערס פון פלאסטיקע פלעשלעך.

ער איז נפטר געווארן כ"ה אדר א התשס"ג 27סטן פעברואר 2003 און באערדיגט אין הר המנוחות, ירושלים.

                                     
  • ווי אנפירער פונעם באנק פון ישראל אין די יארן 2005 2013. היינט האלט ער ביי ווערן אונטער פארזיצער פונעם פעדעראלן רעזערוו. פישער ווערט גערעכנט אן אנזיכטיקער
  • 1972 - 1968 הרב יצחק יעקב ווייס 1972 - 1979 הרב משה אריה פריינד 1979 - 1989 הרב ישראל משה דושינסקיא 1989 - 1996 הרב ישראל יעקב פישער 1996 - 2003 הרב
  • דער קרא נטער פראקוראטאר איז קרנית פ לוג. דעם 30סטן יוני 2013 האט סטענלי פישער געענדיגט זיין קאדענץ ווי אנפירער. די וויצע אנפירערין, קרנית פלוג, האט געדינט
  • כהנא שפירא, הויפט רב פון ישראל הרב יעקב ניסן ראזנטאל, אב ד חיפה הרב חיים יעקב גאלדוויכט ראש ישיבת כרם ביבנה הרב ישראל יעקב פישער ראב ד העדה החרדית הרב
  • פון גדולי ישראל געווען פון די סאמע נאנטסטע מענטשן ביים ברך משה, און אזוי אויך געווען איש אמונו פונעם ראב ד העדה החרדית רבי ישראל יעקב פישער און היינט
  • יאנואר 23, 1932, דורך א איד מאריס פישער און ער האט נאמען געגעבן פאר דער זידלונג כפר יונה, נאך זיין טאטע, יונה פישער אריגינעל האט מען גערופן דעם געגנט
  • דער ירושאלמער מגיד אברהם יצחק - איידעם פון אהרן פישער פאטער פון די רבנים ישראל יעקב פישער און שלמה פישער מרדכי דוב, איידעם הרב צבי קאפשיץ אסתר גיטל נפטר
  • אנקומענדיג אין די יארן האט ער געהייראט מרים לאה פישער א טאכטער פון זיין פעטער און רבי ן ר נח ברוך פישער פרעשאווער רב. אין עלטער פון איין און צוואנציג