ⓘ לענדער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. דאס פאראייניגטע קעניגרייך באשטייט פון פיר טיילן, אדער לענדער: ענגלאנד, סקאטלאנד, וויילס און צפון אירלאנד. דאס פאראייניגטע קע ..

                                     

ⓘ לענדער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

דאס פאראייניגטע קעניגרייך באשטייט פון פיר טיילן, אדער לענדער: ענגלאנד, סקאטלאנד, וויילס און צפון אירלאנד. דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז אן אוניטארישער סואווערענער שטאַט, אין וואס סקאטלאנד, דער פראווינץ צפון אירלאנד און וויילס האבן א געוויסן שטאפל פון אויטאנאמיע.

ענגלאנד, וואס נעמט אריין דעם רוב פון די באפעלקערונג און שטח פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, בלייבט אינגאנצן די אחריות פונעם UK פארלאמענט אין לאנדאן.