ⓘ שמעלקא טויבנפעלד. הרב שמעלקא איז געבוירן געווארן אין יעראסלאוו, גאליציע. ער איז געווארן ערזעצט דורך רבי חיים יהושע האלבערשטאם וואס דינט היינט אלס ארטיגער רב. דע ..

                                     

ⓘ שמעלקא טויבנפעלד

הרב שמעלקא איז געבוירן געווארן אין יעראסלאוו, גאליציע.

ער איז געווארן ערזעצט דורך רבי חיים יהושע האלבערשטאם וואס דינט היינט אלס ארטיגער רב.

דער סקווערער רבי זצ״ל האט אים ערשט געוואלט באשטימען אלם ראש הכולל פון שיכון סקווירא. אבער הגם ער איז געווען א חסיד, האט ער זיך אפגעזאגט. דער סקווערער רבי האט דאן געזאגט צו זיינס א מקורב, אז ער האט אים נישט געוואלט אויפדרענגען, ווייל ער זעט, אז ר׳ שמעלקא איז אן אמתער ״שונא את הרבנות״. ערשט נאך לאנגע הפצרות איז ער שפעטער געווארן רב פון דער קהילת חרדים אין מאנסי, אבער דאס מיט א גאנצע ריי פון תנאים ווי למשל, אז מען זאל אים נישט רופן ״רב״, נאר בלויז ראש החברה, אז ס׳זאל זיין שלא על מנת לקבל פרס, און אז ער זאל ניט טראגן קיין אחריות פאר די חטאים פון זיין קהל.