ⓘ רמא. רבי משה איסרליס איז געווען קראקעווער רב און ראש ישיבה, און דער מחבר פון די הגהות אויף גאנץ שלחן ערוך. ער איז אנגענומען אלס דער גרעסטער פוסק ביי די אשכנזים, ..

                                     

ⓘ רמ"א

רבי משה איסרליס איז געווען קראקעווער רב און ראש ישיבה, און דער מחבר פון די הגהות אויף גאנץ שלחן ערוך. ער איז אנגענומען אלס דער גרעסטער פוסק ביי די אשכנזים, ווי עס איז באקאנט דער אויסדרוק פון דעם חתם סופר אויף זיינע פסקים "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א".

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

דער רמ"א איז געבוירן געווארן צו זיין פאטר רבי ישראל ר איסרל ב"ר יוסף, וועלכער איז געווען א זון פון חשובע און רייכע עלטערן אין דער שטאט קראקע, אן עיר מלאה חכמים וסופרים, ארזי הלבנון אדירי התורה, גאוני ארץ, מיט וועם די וועלט האט זיך געשאקעלט נאר דערמאנענדיג זייערע נעמען, ווי דער רבי ר העשיל מקראקא, ב"ח, מגלה עמוקות, תוספות יום טוב.

דער זיידע פונעם רמ"א רבי יוסף איז געווען איינער פון די פרנסי העיר אין קראקע, זיין זון רבי איסר איז געווען אן איידעם ביי רבי אליעזר שרענצילס, וועמענס פרוי מרת דרעזל איז געווען א טאכטער פון הגאון רבי יחיאל לוריא, דער ערשטער רב פון בריסק וועמענס יחוס האט זיך געצויגן פון רש"י הק זי"ע. אויך דער מהרש"ל דער חבר פונעם רמ"א איז געווען דער דריטער דור פון דעם רבי יחיאל.

רבי איסר אליין איז אויך געווען א גאון און א גביר, "תורה וגדולה במקום אחד", פרנס העיר פון קראקע. ער האט געמאכט גרויסע געשעפטן וואס צוליב דעם האט ער פון מאל צו מאל געמוזט אוועקפארן צו די מרחקים. בשנת השי"א האט דער קעניג פון פוילן געגעבן רשות פאר צוויי איינוואוינערס פון דער שטאט קראקא צו מאכן געשעפעטן אין דער שטאט ווילנע אן די מינדעסטע שטערונג מצד די הויכע באאמטע פון דער רעגירונג. איינער פון זיי איז געוועהן רבי איסרל, ווען דער רמ"א איז דן אין די הלכה צו ממעג אראפגיין פון א שיף וואס סאיז אנגעקומען אין שבת קודש מחוץ לתחום, שרייבט ער דרכי משה או"ח סימן ת"ד שמעתי מאבא מורי ש"ן שיחי נצח אז איינמאהל איז ער אויך אנקעומען אזוי אין שב"ק און ער האט געמאכט א שפיצל אן ערמה דהיינו אז ער האט זיך ביים אנקומען אראפגעשטעלט ביים ארויסגאנג פון דער שיף אזוי אז ער האט געשטערט דאס אראפ גיין פון די שיף פאר די גוים, האבן זיי אים ארויסגעשטופט פון דארט און ער האט זיך געטראפען אינדערויסן פון דער שיף.

ער איז נפטר געווארן אין טאג ל"ג בעומר, י"ח אייר, השל"ב, און ער איז געווארן באערדיגט אין אלטן קראקא בית החיים, וואס געפונט זיך אינטער דעם רמ"א שוהל.