ⓘ בן ציון אבא שאול. הרב בן-ציון אבא-שאול איז געווען ראש ישיבה פון פורת יוסף אין ירושלים און א ספרדישער פוסק. ער איז באטראכט געווארן ווי דער ספרדישער ״חזון־איש. ער ..

                                     

ⓘ בן ציון אבא שאול

הרב בן-ציון אבא-שאול איז געווען ראש ישיבה פון פורת יוסף אין ירושלים און א ספרדישער פוסק. ער איז באטראכט געווארן ווי דער ספרדישער ״חזון־איש". ער איז געווען ווייט פון פובליסיטי, פון עפענטליכע אויפטריטן און זעלטן ווען געמאכט ״העדליינס״. ער האט געהאט בלויז איין און איינציקן אינטערעס, דינען דעם אויבערשטן. און דאס בעיקר דורך מרביץ תורה זיין און שטארקן די שמירת־המצוות צווישן די עדה׳ס פון די ספרדישע אידן.

                                     

1. ביאגראפיע

הרב בן־ציון אבא שאול איז געווען א יליד ירושלים, געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב אליהו אבא שאול, א ירושלימ׳ער מקובל און צו זיין מוטער רביצין בניה. ער איז געווען א תלמיד אין ישיבה ״פורת יוסף״ און געווארן א תלמיד מצוין ביים גרויסן גאון און מקובל הרב עזרא עטייה, דער באקאנטער געוועזענער ראש־הישיבה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון די ספרדישע גאונים רבי צדקה חוצין און רבי יעקב חי ציון עדס. זיין גרויסן שם האט ער זיך דערווארבן א דאנק זיין געוואלטיקע התמדה זייט זיין פריערסטער יוגנט. ער האט אויך דערצו געהאט גוטע כשרונות, אץ א וואונדערליכן זכרון. ער איז אויך מפורסם געווען מיט זיינע צדקות׳דיקע מידות

ער איז געווארן א חתן ביים באקאנטן גרויסן ספרדישן מקובל רבי יוסף חיים שרעבני, דער ראש־ישיבת המקובלים ״אמת ושלום״.

רבי אבא שאול איז געווען דער ראש־ישיבה פון דעם גרויסן מרכז-התורה פון ספרדישע אידן ״פורת יוסף״ אין ירושלים.

                                     

2. משפחה

ער האט געהייראט הדסה מסעודה טאכטער פון הרב יוסף חיים שרבני. זיי האבן געהאט א בן יחיד, רבי אליהו אבא שאול, ראש ישיבת אור לציון ירושלים אין גבעת משה קווארטל און רמת שלמה קווארטל נאך אים און איידעם פון רבי יהודה מועלם מראשי ישיבת פורת יוסף.