ⓘ אליעזר געלדצעהלער. רבי אליעזר געלדצעהלער איז געווערן ראש ישיבה אין ״אור ישראל״. ער איז געווען א רעוואלוציענער א פיאנעיר בעולם הישיבות, וואס האט געטוישט דעם הילו ..

                                     

ⓘ אליעזר געלדצעהלער

רבי אליעזר געלדצעהלער איז געווערן ראש ישיבה אין ״אור ישראל״. ער איז געווען א רעוואלוציענער א פיאנעיר בעולם הישיבות, וואס האט געטוישט דעם הילוך הישיבות אין אמעריקע. ער איז געווען דער ערשטער ראש ישיבה וואס האט פארשטאנען דעם היינטיגן בחור, לויט די אומשטענדן פון דער וועלט, וויאזוי דער פון אויבן טוישט ארום די דורות.

                                     

1. ביאגראפיע

רבי אליעזר איז געווען דער זון פון רבי אליהו יהושע געלדצעהלער און זיין ווייב הענא, די איינציגע טאכטער פון הרב אליהו דעסלער, מחבר פון ״מכתב מאליהו״.

רבי אליעזר איז געווען אין ארץ ישראל אין יאר תשס״ה. ווען ער איז צוריקגעקומען פון דעם קבר פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון האט אים פאסירט א פארקער אקצידענט די נאכט פון כ"ב טבת התשס"ה 3טן יאנואר 2005. א פאר חדשים נאכהער איז ער פריצייטיג נפטר געווארן.