ⓘ מקומות הקדושים ..

אלטע בית עולם פון חברון

וידאו של פרופסור טבגר המתאר את בית העלמין העתיק בחברון -Google Video בית העלמין העתיק בחברון באתר מאגר בתי העלמין היהודים הבינלאומי ענגליש.

חברון

חברון איז איינע פון די פיר הייליקע שטעט בײַ דער יידישער רעליגיע. היינט זײַנען דאָרט פּלאַצירט בעיקר אראבער, אבער אידן ווענדן זיך אהין פון איבעראָל. חברון האט אויך געהייסן "עיר האבות" ווייל לױט דער ייִדישער טראַדיציע, ליגן אין מערת המכפלה באַגראָבן אברהם יצחק און יעקב װעלכע זײַנען גערעכנט װי די "אבות" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, און שרה רבקה און לאה װעלכע זײַנען גערעכנט װי די "אמהות" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אויך אדם און חוה און ישי דער טאטע פון דוד המלך ליגן דארט באַגראָבן. רמב"ן איז געווען אין חברון אין יאר הל. אין יאר הע"ב האט אישתורי הפרחי באזוכט חברון און ער דערמאנט דאס אלטע בית עולם דארט. בי ...

כותל

דער כותל המערבי איז די לעצטע איבערגעבליבענע וואנט פון דער מויער פונם הר הבית. שטענדיג געפינען זיך יידן ביים כותל דאווענען אדער זאגן תהלים.

מערת המכפלה

מערת המכפלה דער געדאפלטער הייל איז אין חברון עס ליגן דארטן באגראבן די אבות אברהם יצחק יעקב און די אמהות שרה רבקה ולאה אחוץ רחל וואס ליגט אין קבר רחל אין בית לחם. די קברים זענען אויך פארהייליגט ביי די אראבער. אין תמוז תרפ"ט האט דער ליובאוויטשער רבי, ריי״צֿ באזוכט דעם יידישן יישוב אין חברון. דער רבי האט באזוכט די נכסים וואס זענען געווארן קאנפיסקירט פון חב"ד, צווישן זיי ראמאנא הויז. דורכן השתדלות פון לייזער-דן סלאנים, האט דער רבי באקומען א ספעציעלן באשטעטיגונג צו דאווענען אינערהאלב דער מערת המכפלה. צוזאמען מיט אים זענען אריינגעגאנגען זיין איידעם שמריהו גוראריה, הרב יעקב יוסף סלאנים רב פון חבר ...

קבר רחל

קבר רחל איז דער קבר ווי די מאמע רחל די ווייב פון יעקב אבינו איז באערדיגט. ער געפינט זיך לעבן בית לחם. א גרויסער עולם פארט ארויס דאווענען דארט אויף איר יארצייט, י"א מרחשון.