ⓘ בנימין ראבינאוויטש. רבי בנימין ראבינאוויטש איז געווען דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן, א דיין אין דער עדה החרדית און דער גרינדער פונעם ״משכנות הרועים״ הויף אין יר ..

                                     

ⓘ בנימין ראבינאוויטש

רבי בנימין ראבינאוויטש איז געווען דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן, א דיין אין דער עדה החרדית און דער גרינדער פונעם ״משכנות הרועים״ הויף אין ירושלים.

                                     

1. אפשטאם

רבי בנימין איז געבוירן אין דער אלטשטאט ירושלים אין יאר התרע"ב, צו זיין פאטער רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש, א באיאנער חסיד, אן אייניקל פון רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש, פאריסאווער רבי אין ירושלים, א זון פון רבי יהושע אשר ראבינאוויטש פון פאריסאוו, א זון פונעם ייד הקדוש פון פרשיסחא, און צו זיין מוטער מרת בתשבע, א טאכטער פון הרב בנימין יהודה לייב בערנשטיין, ראש ישיבה פון חיי עולם.

                                     

2. רבנות

נאך זיין חתונה איז ער געווארן א מגיד שיעור אין דער חיי עולם ישיבה. שפעטער איז ער געווארן ראש ישיבה פון דער תולדות אהרן ישיבה וואו ער האט אויפגעשטעלט הונדערטער תלמידים.

אין יאר תשל״ט האט ער אויפגעשטעלט די ״משכנות הרועים״ גרופע פאר ירושלמער יידן פון א חסידישן אפשטאם וואס האבן נישט געהאט קיין ארט. זיין בית המדרש געפינט זיך ביי ״קהל יראים–חסידים״ אין דער מאה שערים גאס.

                                     

3. פאמיליע

רבי בנימין האט געהאט קינדער:

  • די ווייב פון רבי יהודה ניישלאס, א מורה הוראה אין דער עדה החרדית.
  • רבי עקיבא ראבינאוויטש, פאריסאווער רבי.
  • רבי חיים ראבינאוויטש, ממלא מקום פון פאטער, אדמו״ר פון משכנות הרועים. זיין ווייב מרת רבקה תש״ג - ט׳ סיון תשע״ז
  • די ווייב פון רבי אלימלך כהנא, ספינקער רבי אין בני ברק.
  • די ווייב פון רבי צבי דירנפעלד
  • רבי מאיר שלום, קאלושינער רבי.
  • רבי יהושע אשר, ראש החבורות פון משכנות הרועים אין ירושלים.