ⓘ נגינה ..

נגינה

נגינה מיינט יידיש געזאנג. אַ ניגון האָט דאָס גרעסטע כּוח צו מעורר זײַן דעם מענטש. נגינה גייט צוריק ביז דוד המלך וואס האט געזינגען די תהלים און אויך צוגעשפילט מוזיק. די אַרבעט פֿון די לוויים אין בית המקדש איז געװען צו זינגען און צו שפילן כלי זמר. אין שפעטערדיגע דורות איז איינגעפירט געווארן זינגען ביים דאווענען מיט א חזן און א קאפעלע כאר. איינער פון די גרויסער קאמפאזיטארן פון שול מוזיק איז געווען לעוואנדאסקי. הײַנטיקע צײַטן איז דאָס געװאָרן צוריק אן אינטעגראַלע טײל פֿון ייִדישקײט דורך דער עבודה פֿון חסידים װאָס איז געװאָרן געגרינדעט דורךן בעש"ט.

אמאליגע אידישע לידער

אמאליגע אידישע לידער איז אן אלבאם וואס אנטהאלט זעכציג אידישע לידער געזונגען דורך בארימטע חזנים פונעם פריערדיגן דור. סאיז ערשינען דורכן אנשטאלט פארן ארויסגעבן אור-אלטע חזנישע לידער נאך חנוכה תשע"א. בייגעלייגט דערצו איז א ביכל אין וואס זענען אפגעשריבן אלע לידער, וואס אזוי פארשטייט מען די ווערטער וואס מהאט נישט פארשטאנען ביז היינט. דער אלבאם האט דריי דיסקן מיט די פאלגנדע לידער. ערשטער דיסק: צווייטער דיסק: דריטע דיסק: ביי דער צווייטער אויפלאגע כסלו תשע"ד, האבן זיי אלעס געדרוקט אין איין א mp3 פארמאט.

גל פז

גל פז איז פון די גרעסטע פירמעס וואס פארשפרייטן אידישע מוזיק. זי איז הויפט קווארטירט אין ישראל מיט געשעפטן אין אסאך אידישע לאקאלן איבער דער גארער וועלט. גל פז איז געגרינדעט געווארען פאר עטליכע צענדליגער יארן צוריק דורך חיים זילבער און דוד ווערדיגער. זיי האבן אנגעהויבן די געשעפט מיט פארשפרייטן אלבאמען פון מרדכי ווערדיגער, היינט ווערט זי געפירט דורך די קינדער פון חיים זילבער, הלל און יהודה, זיי זענען פון די גרעסטע אין דעם מארק. גל פז איז די ארויסגעבער פון אסאך היימישע אלבאמען ווי די פון מרדכי בן דוד, אברהם פריעד, יעקב שוועקי, משה לאופער און אוף שימחעס גל פז האט געשעפטן אין אסאך הויפט שטעט ווא ...

זמירות ישראל באידיש

זמירות ישראל באידיש איז אן אלבאם וואס אנטהאלט חסידישע ניגונים וואס חסידים פלעגן זינגען אמאל אויף אידיש. ארויסגעגעבן דורך וויזשניצער זינגער, און רוב ניגונים דערפון זענען וואס מען האט געזינגען אין דעם ווישניצער הויף.

יעקב יוסף פריעד

יעקב יוסף פריעד באקאנט אלס JJ א טאלאנטפולער קאמפאזיטאר און מוזיק ארגאניזירער פון פילע חרדישע נגינה אלבאמען. ער איז דער עלטסטער זון פון ר שמואל פריעד, דער טוען רבני, און הייסט נאכן אלטן סקווירער רבין. ער איז אן איידעם ביים ניקאלשבורגער רבין. ער לערנט בחברותא גמרא יעדן טאג פארמיטאג מיט מרדכי בן דוד דער קעניג פון חסידישע נגינה אין בית המדרש תורה ותפילה אין בארא פארק. פון די קאסעטעס וואס ער האט ארויסגעגעבן: מרדכי בן דוד תמיד בשמחה מרדכי בן דוד ניגוני בית אבא מאה אחוז מוזעיק אברהם פריד שטר התנאים מרדכי בן דוד ענגליש קאלעקשאן ליפא שמעלצערס שמע

נפתלי שניצלער

נפתלי משה שניצלער ווערט פאררעכנט אלס דער גרעסטער מוזיק פראדוצירער פון חסידישע מוזיק. ער איז דער אייגנטומער פון שניצלער סטודיא. שניצלער איז א קאמפאזיטאר, אן אראנזשירער, א פיאניסט, א סטודיא אינזשעניר, און אויך א מיקסער.

                                     

ⓘ נגינה

  • נגינה מיינט יידיש געזאנג. א ניגון הא ט דא ס גרעסטע כ וח צו מעורר זײ ן דעם מענטש. נגינה גייט צוריק ביז דוד המלך וואס האט געזינגען די תהלים און אויך צוגעשפילט
  • מיינט איר: דיכטונג, מוזיק אדער נגינה א לידל איז א געזאנג אנשטאט מיט מוזיק דוקא מיט ווערטער וואס א מענטש זינגט מיט דער שטימע א צוזאמשטעל פון פארשידענע
  • פון תשובה און התעוררות ביי א חתונה. בדחנים באנוצען זיך מיט גראמען לידער נגינה ווי אויך הומאר מיט קאמעדיע. פיו די בעסטע פאררעכענטע בדחנים: יו ט עהרליך
  • יוחנן יוחי בריסקמאן איז דער דיריגענט פון נגינה ארקעסטער און איז א מבין אין מוזיק ער האט געבויט דעם זינגער שוועקי. ער איז א שטילער מענטש וואס וואוינט
  • פיוטים, און מ טענהט זיך מיט לאזונגען, אויף ווילדע טענער און תנועות פון גוף. עס איז ווי א דעבאטע מיט כלי זמר און נגינה א ווידיאו קליפ: חסיד קעגן א רבי
  • באקאנט אלס JJ א טאלאנטפולער קאמפאזיטאר און מוזיק ארגאניזירער פון פילע חרדישע נגינה אלבאמען. ער איז דער עלטסטער זון פון ר שמואל פריעד, דער טוען רבני, און הייסט
  • געבוירן 1974 איז א פרומער אידישער נגינה קאמפאזיטאר און זינגער. ער איז א תלמיד פון ר שלמה קארליבאך, ער זינגט און שרייבט נגינה אויפן סטיל פון שלמה לע, און ווערט
  • אין בני ברק. דאס חסידות איז שטארק באוואוסט פארן דגש וואס זיי לייגן אויף נגינה דער גרינדער פונעם מאדזשיצער חסידות איז געווען רבי ישראל טויב, א זון פון
  • און לעבעדיק אױפ צוהײבן דעם געמוט צו פ רײלעכקײט א דער קען דא ס זײ ן שטײט און טרױעריק אױפ ציװעקן דעם געפ יל פ ון ליבע און בענקשא פ ט. מוזיק נגינה ליד
  • מוזיקא לא גיע איז די אקאדעמישע שטודיע פון מוזיק. וו.צ.ב. וויסונגען איבער זינגער - שרייבערס, די היסטאריע פון מוזיק, כלי נגינה א.א.וו.
  • נאך אלץ קינד האט זיך דער ווואונדערקינד ארויסגעשטעלט צו זיין א גאון און נגינה וועלכער האט געמאכט פרייליך אלעמען מיט זיין וואונדערבארע קאמפאזיציעס וואס
                                     

יוחי בריסקמאן

יוחנן ״״יוחי״ בריסקמאן איז דער דיריגענט פון נגינה ארקעסטער און איז א מבין אין מוזיק ער האט געבויט דעם זינגער שוועקי. ער איז א שטילער מענטש וואס וואוינט אין בארא פארק און א סטאלינער חסיד.

                                     

גלות גלות

גלות איז א ליד וואס שטאמט פון דעם גרויסן אונגארישן צדיק רבי אייזיק פון קאלעוו. די ארגינעלע ווערטער זענען: וואלד ווי גרויס ביסטו, רויז ווי שיין ביסטו, וואלט דער וואלד קלענער געווען, וואלט דער רויז שענער געווען. מען פארציילט אז רבי אייזיק האט דאס געהערט זינגען פון א פאסטוך וואס פאשעט די שאף, און האט דאס ארויף געלייגט אויף די ווערטער. גלות ווי גרויס ביסטו, שכינה הקדושה ווי ווייט ביסטו, וואלט דער גלות קלענער געווען, וואלט די שכינה נענטער געווען.