ⓘ מאיר זלאטאוויטש. ר׳ מאיר איז געבוירן געווארן אין מאנהעטן י׳ סיון תש״ג צו אהרן זלאטאוויטש, א מוהל און א שוחט, און זיין ווייב פרומא. ער איז געווען א תלמיד פון הרב ..

                                     

ⓘ מאיר זלאטאוויטש

ר׳ מאיר איז געבוירן געווארן אין מאנהעטן י׳ סיון תש״ג צו אהרן זלאטאוויטש, א מוהל און א שוחט, און זיין ווייב פרומא.

ער איז געווען א תלמיד פון הרב משה פיינשטיין אין מתיבתא תפארת ירושלים.

ער איז געווארן דירעקטאר פון א גראפֿיק סטודיא אין ניו יארק. די פירמע, ארטסקראל סטודיאס, האט פראדוצירט בראשורן, איינלאדונגען, צייכענונגען און כתובות. מען האט רעקאמענדירט צו זלאטאוויצ׳ן דעם נאעמן פון רבי נתן שערמאן, מנהל פון דער קארלין־סטאלינער ישיבה אין בארא פארק, און זיי האבן קאלאבארירט אויף א פאר פראיעקטן.

מיט דער הסכמה פון הרב משה פיינשטיין, הרב יעקב קאמינעצקי, און אנדערער גדולי ישראל האבן די צוויי ארויסגעגעבן די חמש מגילות איבערגעזעצט אויף ענגליש מיט א נייעם פירוש. אויך האבן זיי ארויסגעגעבן איבערזעצונגען פון תורה, נביאים, ש״ס, די הגדה און דעם סידור. אין די ערשטע 25 יאר האט ארטסקראל ארויסגעגעבן מער ווי 700 ספרים און ביכער.

רבי מאיר זלאטאוויץ איז נפטר געווארן כ״ט תמוז תשע״ז.