ⓘ משה חיים שמערלער. הרב משה חיים שמערלער איז געווען א רב א פוסק און אבד פון קהילת מחזיקי הדת אין ציריך, שווייץ מער ווי פופציק יאר. ער איז געווען א באוואוסטער פוסק ..

                                     

ⓘ משה חיים שמערלער

הרב משה חיים שמערלער איז געווען א רב א פוסק און אב"ד פון "קהילת מחזיקי הדת" אין ציריך, שווייץ מער ווי פופציק יאר. ער איז געווען א באוואוסטער פוסק, און דער מחבר פון די שוֹ״ת ספרים מחשבת חיים.

                                     

1. ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין ווין צו הרב נפתלי צבי ״הערשעלע״ שמערלער פון גאליציע און זיין ווייב פייגא ראניא, טאכטער פון הרב יעקב מאיר בלייך. רבי נפתלי צבי האט געלערנט צוזאמען מיט הרב מאיר שפירא, און האט באקומען היתר הוראה פון הרב דוד מנחם מאניש באב״ד, טארנאפאלער רב, און הרב שלמה מרדכי שוואדראן, ברעזשאנער רב. ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער אנטלאפן קיין ווין. נאך זיין חתונה איז ער געווארן רב און דיין פון דער מחזיקי הדת קהילה אין ווין.

אין חודש אלול תרצ"ח איז משה חיים ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער וואס איז געווארן ראש ישיבה אין דער חיי עולם ישיבה אין ירושלים. ער האט געלערנט דארט מיט דער צוקונפטן פני מנחם פון גער.

נאך זיין חתונה מיט חנה רחל, די טאכטער פון הרב יוסף דייטש, האט ער געלערנט מיט הרב חיים ברים און הרב חיים שלמה ראבינאוויטש. שפעטער האט ער איבערגענומען פון הרב ברוך שמעון שניאורסאן ווי א ר"מ אין דער תומכי תמימים ישיבה אין לוד.

אין תשי"ח איז ער אריבער קיין ציריך, שווייץ, און איז געווארן א ר"מ אין דער לוצערנער ישיבה. א יאר נאכהער האט מען אים באשטימט אב"ד פון קהילת מחזיקי הדת אין ציריך. אויך האט ער אנגעפירט דאס אלגעמיינע כשרות אין דער שווייץ.

אין יאר תשע"ד איז ער געווען שוין גאנץ שוואך, און האט זיך געצויגן קיין ירושלים. חנוכה תשע״ו האט מען באשטימט זיין זון הרב נפתלי צבי אלס ממלא מקום אין ציריך.

ער איז נפטר געווארן כ"ד תמוז תשע"ז אין הדסה הר הצופים שפיטאל,‏. זיין לוויה איז אדורכגעגאנגען זיין בית מדרש מחשבת חיים, און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות, ירושלים.

                                     

2. משפחה

זין

  • הרב יוסף, ראש כולל מחשבת חיים, ירושלים
  • הרב נפתלי צבי, זיין ממלא מקום אין קהילת מחזיקי הדת, ציריך

איידעמער

  • הרב יונתן בנימין ווייס, גאב"ד מאנטרעאל
  • הרב דוב בערל אייזנבלאט, מחבר ספר דברי שלום
  • הרב בצלאל מנחם בארנשטיין, ר"מ אין ישיבת טשעכאנאוו, ירושלים
  • הרב זאב הלוי פעלדמאן, אב"ד קהל תורה עץ חיים והבד"צ לונדון
  • הרב יעקב מרדכי פעדער, ירושלים
  • הרב יהושע גרינצווייג, ר"מ אין ישיבת נזר התורה, ירושלים
                                     
  • רבי בנימין יהודה לייב בערנשטיין, דער איידעם פון רבי יצחק דוד בידערמן. רבי פינחס מנחם אלטער, דער פני מנחם פון גער הרב משה חיים שמערלער רב אין ציריך
  • יוסף חיים הכהן יוסף חיים פון באגדאד יוסף חיים זאננפעלד יעקב חיים סופר ישראל חיים מנשה פריעדמאן משה חיים שמערלער חיים קען אויך באדײ טן: חפץ חיים חיה חיי
  • רבנים אין ציריך זענען: הרב דניאל לוי, הרב חיים לוי יעקישע קהילה הרב שאול ברייש אגודת אחים הרב משה חיים שמערלער הרב נפתלי צבי שמערלער מחזיקי הדת