ⓘ שלמה גאלדמאן, זוועהיל-צאנז. רבי שלמה גאלדמאן איז געווען דער זוועהיל-צאנזער רבי אין יוניאן סיטי, ניו זשערסי. ער האט געדינט ווי רב און ראש ישיבה אין דער צאנז-קלוי ..

                                     

ⓘ שלמה גאלדמאן (זוועהיל-צאנז)

רבי שלמה גאלדמאן איז געווען דער זוועהיל-צאנזער רבי אין יוניאן סיטי, ניו זשערסי. ער האט געדינט ווי רב און ראש ישיבה אין דער צאנז-קלויזנבורג קהילה אין יוניאן סיטי פון די תש״ל יארן. נאך דער פטירה פון זיין שווער הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון צאנז-קלויזנבורג אין 1994 האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע ביז זיין פטירה אין תשע״ז.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

ער איז געווען דער פערטער זון פון רבי מרדכי גאלדמאן, דער זעקסטער זוועהילער רבי. זיין מוטער מרת אסתר שיינא רחל איז געווען א טאכטער פון רבי שמואל מרדכי שפירא פון נעשכיז. אין יאר תשכ"ד הא ער געלערנט אין דער צאנזער ישיבה.

אין תשכ"ז האט ער חתונה געהאט מיט מרת לאה האלבערשטאם, טאכטער פון זיין רבי׳ן, דער אדמו"ר פון צאנז-קלויזנבורג, הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם. שפעטער האט זיין שווער אים באשטימט ראש ישיבה פון דער צאנזער ישיבה אין יוניאן סיטי. מיט דער לויף פון דער צייט האט מען אים באשטימט רב פון דער קהילה דארט. נאך דער פטירה פון זיין שווער האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע, אזוי ווי זיינע שוואגערס, רבי צבי אלימלך האלבערשטאם צאנזער רבי אין ארץ ישראל, און רבי שמואל דוד האלבערשטאם, צאנז-קלויזנבורגער רבי אין אמעריקע.

ער איז נפטר געווארן כ"ז תמוז תשע"ז, קינדערלאז. זיין ממלא מקום אין פירן די קהילה אין יוניאן סיטי איז זיין שוואגער רבי שאול יודא פריזאנט אויך אן איידעם ביי הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון צאנז-קלויזנבורג, אויך האט מען מכתיר געווען אלס זוועהילער רבי אליעזר גאלדמאן, א זון פון זיין ברודער רבי יעקב לייב און אן איידעם פון רבי דוד טווערסקי פון סקווירא.‏

                                     
  • גאלדמאן פון זוועהיל - צאנז תש ז - כ ז תמוז תשע ז רבי יעקב לייב גאלדמאן רבי אליעזר גאלדמאן פון זוועהיל - צאנז רבי יוסף גאלדמאן פון זוועהיל - ירושלים רבי יעקב
  • אדמו ר פון צאנז זוועהיל אין יוניאן סיטי, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן ממלא מקום פון ר שלמה גאלדמאן זצ ל אדמו ר פון צאנז זוועהיל צאנז קלויזענבורג
  • צאנז זוועהיל איז דער נאמען פון א חסידישן הויף וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי שלמה גאלדמאן
  • די ווייב פון רבי שלמה האפשטיין פון ביתר עילית זיינע ברידער זענען: הרב שלמה גאלדמאן איידעם פון דעם צאנז - קלויזנבורגער רבי - זוועהיל - צאנזער רבי אין אמעריקע
  • ספרים אויף חסידות. ער איז א גרויסער תלמוד חכם תלמיד פון ר חיים בערלין און זוועהיל ירושלים ישיבות. ער האט צוויי שולן אין צוויי באזונדערע געגנטן וואו זיינע
  • ארץ ישראל. רבי שמואל דוד האלבערשטאם צאנז - קלויזנבורגער רבי אין אמעריקא. מרת לאה די וויב פון רבי שלמה גאלדמאן זוועהיל - צאנזער רבי. מרת חיה מינדל די ווייב
  • כ ז אב תשע ה אדמו ר פון טאהש עבודת עבודה רבי שלמה גאלדמאן ח ניסן ה תש ז - כ ז תמוז ה תשע ז דער זוועהיל - צאנזער רבי רבי מרדכי האגער י ח תמוז תרפ ב - כ ט