ⓘ יצחק לעזער. ער איז געבוירן געווארן אין פלעטבוש, ניו יארק צו זיין טאטע ר בנימין לייבוש לעזער, א חסידיש-גאליציאנער איד, אן אייניקל פון רבי אלימלך פון ליזשענסק און ..

                                     

ⓘ יצחק לעזער

ער איז געבוירן געווארן אין פלעטבוש, ניו יארק צו זיין טאטע ר בנימין לייבוש לעזער, א חסידיש-גאליציאנער איד, אן אייניקל פון רבי אלימלך פון ליזשענסק און רבי מנחם מענדל לעזער אב"ד סטריזאוו און טארנע בעל "שובע שמחות".

ער האט געלערנט און דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק.

אום חנוכה התשל"ו איז ער מקורב געווארן צו בראסלעווער חסידות און האט זיך דערקענט מיט הרב שיק. זייט דעמלאט איז געווארן זיין נאנטער תלמיד און רעכטע האנט. ער האט געשריבן זיינע תורות און דאס ארויסגעדרוקט אינעם סעט ספרים "שיחות מוהרא"ש" און "תוך הנחל".

נאך זיין רביס פטירה, האבן א גרויסע טייל פון די תלמידים, אים אנגענומען אלס מורה דרך.