ⓘ דארנבירן, איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד פון פארארלבערג, אין דער מערבדיגער זייט פון עסטרייך, אויפן ברעג פונעם דורנבירנער אך טייך, וועלכער גיסט זיך אריין גלייך ..

                                     

ⓘ דארנבירן

דארנבירן, איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד פון פארארלבערג, אין דער מערבדיגער זייט פון עסטרייך, אויפן ברעג פונעם "דורנבירנער אך" טייך, וועלכער גיסט זיך אריין גלייך אין דער "קאנסטענץ" אזערע. די באפעלקערונג פון דארנבירן ציילט אפ 48.779 איינוואוינערס.

די שטאט איז א גרויסן ביזנעס צענטער, און ווערט פארעכנט אלס דער גרעסטער האנדל און איינקויף שטאט אין פארארלבערג. אין דארנבירן געפינט זיך אויכעט די אפיציעלע עסטרייכישע טעלעוויזיע און ראדיא אויטאריטעט ORF. אין דער פארגאנגענהייט דארנבירן איז געווען א הויפטזעכלעכן צענטער פון דער טעקסטיל אינדוסטריע, וועלכע האט זיך היפש רעדוצירט אין די 1980ער יארן.

                                     

1. געאגראפיע

די שטאט געפינט זיך אין דער מערבדיגער זייט פון דעם לאנד פארארלבערג, אין א הייך פון 437 מעטער העכער דעם ים פלאך, אין דעם "אלפנריין" טאל, צופיסנס פון דעם "קארן בארג" דייטשיש: Karren, וואס איז א חלק פון דער "ברעגנסוואלד בערגן" קייט דייטשיש: Bregenzerwaldgebirge, אין די עקן פון די אלפן בערג. די שטאט גרענעצט זיך מיט דייטשלאנד, שווייץ און ליכטנשטיין.

                                     

2. היסטאריע

דער מקור פונעם נאמען "דארנבירן" איז פון דער ווארט Torrin Puirron וואס ווערט איבערגעטייטשט ווי "דער יישוב פון טארא" א נאמען פון אן אגראנאמישן אלעמאנישן יישוב וואס האט זיך געפינען דארט אין דער ווייטערער פארגאנגנהייט.

די שטאט איז דערמאנט געווארן צום ערשטן מאל אין א דאקומענט פון יאר 895 פון דער שטאט סאנקט גאלן אין שווייץ. אין יאר 1380 דארנבירן איז אריבערגעפירט געווארן צו דער הערשאפט פונעם האפסבורגער הויז. אין יאר 1932 האט מען פאראייניגט דעם שטאט מיטן דארף "עבניט" דייטשיש: Ebnit, און אין יאר 1969 איז דארנבירן געווארן דעם זיץ ארט פון דער אדמיניסטראטיווער אויטאריטעט פונעם דארנבירן דיסטריקט.

                                     

3. טראנספארט

צוליב דעם פאקט אז דארנבירן געפינט זיך אין דעם "ריין" טאל, ווערט זי באטראכט אלס א וויכטיגע קרייצונג פון רעגיאנאלע און צווישן-שטאטישע בוס ליניעס, וואס פארבינדט ברעגענץ צום צפון, פעלדקירך צום דרום, און ברעגענץ וואלד צום מזרח. דער A-14 אטאסטראדע שניידט דורך צו דער מערב ריכטונג. דער "אכריין" דייטשיש: Achrein טונעל וואס איז געעפנט געווארן אין 2009, פארבינדט דירעקט דארנבירן/האסלשטאודן מיט דעם בערגענץ וואלד און אלבערשווערדע ראיאן. די שטאט פארמאגט א אויסגעצייכנטע נעץ פון שטאטישע בוסן, און די הויפט באן סטאנציע פון דארנבירן באדינט אלס א וויכטיגער אפשטעל-ארט פאר אלע באנען וואס פארן פון דעם מזרחדיגן טייל פון עסטרייך צום מערבדיגן טייל. עס איז פאראן אויכעט א קליינע לופטפעלד אין דער אומגעבונג פון דארנבירן.

                                     
  • צאל, ווערט ברעגענץ פארעכנט אלס די דריטע גרעסטע שטאט אין פארארלבערג נאך דארנבירן און פעלדקירך. לויט איינצלהייטן פון דעם עסטרייכישן קאנצעזוס ביורא ריכטיג
  • ליכטנשטיין. זי איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם פעלדקירך באצירק. נאך דארנבירן איז די שטאט די צווייטע גרעסטע אין פארארלבערג אין טערמינען פון באפעלקערונג
  • קארינטיע 8. וועלס 52, 594 56, 478 59, 853 אויבער - עסטרייך 9. סאנקט פעלטן 50, 026 49, 121 52, 716 אונטער - עסטרייך 10. דארנבירן 40, 735 42, 301 47, 420 פארארלבערג