ⓘ יהודה צדקה. הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרדישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורנ ..

                                     

ⓘ יהודה צדקה

הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרדישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורני נעצווערק.

                                     

1. ביאגראפיע

הרב צדקה איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שאול צדקה ברודער פון הרב צדקה חוצין און זיין ווייב שמחה, א טאכטער פון פרחה, שוועסטער פון הרב יוסף חיים, דער ״בן איש חי״. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן - הרב יהודה סאמעך פון באגדאד. זיין מוטער האט אים צוגעגעבן דעם נאמען יהושע נאך א חלום, און ווען ער איז געווארן קראנק האט מען אים צוגעגעבן דעם נאמען חיים. ער האט געלערנט אין דער בני ציון חדר און אין דער פורת יוסף ישיבה. אין יאר תרצ"ד 1934 האט ער געהייראט פהימא באטאט. אין יאר תרצ"ז 1937 האט הרב עזרא עטייה אים באשטימט צו זאגן שיעורים אין פורת יוסף, אלס ממלא מקום פון הרב אליהו לאפעס וואס איז נפטר געווארן יענע יאר.‏ אין יאר תש"ל 1970 האט מען אים באשטימט ראש ישיבה.

                                     

2. זיין משפּחה

ער האט חתונה געהאט אין א ערשטע חתונה מיט רביצין פאהימא באטאט. זייערע קינדער:

  • רבי משה צדקה - זיין נאכפאלגער אלס ראש ישיבה פון פורת יוסף
  • רבי שאול צדקה - ריש מתיבתא
  • רבי שלמה צדקה א בן זקונים - ריש מתיבתא אין רמות
  • רבי אליהו צדקה - ראש כולל פון די תורה מבקשים אין רמת גן
  • די ווייב פון רבי אבנר מארציאנו - ראש כולל אין ירושלים.
  • הרב דוד צדקה - הויפט רב פון פרדס חנה-כרכור
  • רביצין סימא שמחה שכנזי, ווייב פון הרב יעקב שכנזי פון בית ישראל, מו"ץ אין דער ספרדישער חרדישער קהילה און מחבר פון טהרת יעקב

הרב יהודה צדקה ער האָט חתונה געהאַט א זיווג שני מיט רביצין תמר טאכטער פון רבי מיימון אסודרי פון ישיבת פורת יוסף העתיקה.

                                     

3. זיינע תלמידים

  • הרב עובדיה יוסף, ראשון לציון און מנהיג פון דער ש"ס פארטיי
  • הרב בן ציון אבא שאול - וואס איז געווען ראש ישיבה מיט אים
  • הרב יהודה מועלם
  • זיין נעפע, הרב מרדכי אליהו, דער ראשון לציון
  • הרב ראובן שהרבני, א ראש ישיבה פון יקירי ירושלים