ⓘ דוב יפה. הרב דוב יפה איז געווען דער משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה אין כפר חסידים, אין דער קול יעקב ישיבה אין ירושלים און אין דער קרן אורה ישיבה אין כרמיאל. ער ..

                                     

ⓘ דוב יפה

הרב דוב יפה איז געווען דער משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה אין כפר חסידים, אין דער קול יעקב ישיבה אין ירושלים און אין דער קרן אורה ישיבה אין כרמיאל. ער איז געווען איינער פון אויסגעצייענטע בעלי מוסר אין די ת״ש יארן.‏

                                     

1. ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין ווילנע צו צבי יחזקאל און טובה גיטל יפה. אין יאר התרצ"ה איז די משפחה ארויפגעגאנגען אין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין תל אביב. ער האט געלערנט אין יישוב החדש, חברון, פאנעוועזש און סלאבאדקע. ער האט זיך געהאלטן בקשר מיטן חזון איש און ער פלעג איבערזאגן ווערטלעך פון אים.‏

אין די תש״ך יארן האט מען אים באשטימט משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה, אין דער תקופה ווען הרב אליהו לאפיאן איז געווען דער מנהל רוחני פון דער ישיבה. אלול תש"ל, נאך לאפיאן׳ס פטירה, האט ער איבערגענומען דעם אמט פון מנהל רוחני פון ישיבה. ער האט געוואוינט אין רכסים, נאענט צו דער ישיבה. אויך האט ער געדינט ווי משגיח אין קול יעקב אין ירושלים און אין קרן אורה כרמיאל.

כ"ו אב תשע"ב איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

                                     

2. משפחה

הרב יפה האט געהייראט רבקה כהן, א יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער הרב אהרן כהן, ראש ישיבה אין חברון. זייערע קינדער זענען

  • די ווייב פון הרב יונתן עבער, פריער משגיח אין אור ישראל און היינט משגיח אין היכל יצחק
  • הרב מרדכי, ראש בית המדרש "פרידמאן" אין מיר
  • די ווייב פון הרב שלום חיים ווייס, משגיח אין זיכרון מיכאל
  • הרב צבי, ר"מ אין קרן אורה אין כרמיאל.
  • די ווייב פון הרב דניאל ערנפרוינד, משגיח אין תפרח
  • די ווייב פון הרב נתן שרון פון בני ברק, א מחבר פון הלכה ספרים
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →