ⓘ חיים הערש מאנהיימער. הרב חיים צבי ״הערש״ מאנהיימער איז געווען אן אונגארישער רב און א ראש ישיבה, אבד אין אונגוואר, רב אין ווערבוי און אונגוואר, מחבר פון עין הבדו ..

                                     

ⓘ חיים הערש מאנהיימער

הרב חיים צבי ״הערש״ מאנהיימער איז געווען אן אונגארישער רב און א ראש ישיבה, אב"ד אין אונגוואר, רב אין ווערבוי און אונגוואר, מחבר פון "עין הבדולח". ער איז געווען איינער פון די פירער פון ארטאדאקסישע יידישקייַט אין אונגארן.

                                     

1. לעבנס געשיכטע

הרב חיים צבי מאנהיימער‏ איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל פישטיאן צו זיין פאטער הרב דוד יהודה לייב מאננהיימער בשנת התקע"ד. אלס קינד איז ער שוין פאררעכנט געווען פאר א עילוי. פון דעם עלטער פון 10 יאר און ביז זיין בר מצווה האט ער געלערנט ביי רבי יעקב קאפל אלטנקונשטאט און דערנאך ביי רבי בנימין זאב לעוו. ביים עלטער פון 13 אדער 14 יאר, האט ער אנגעהויבן לערנען ביים חתם סופר אין פרעשבורג, און איז געווארן זיין נאנטער תלמיד.

זיין ערשטע רבנות שטעלע איז געווען אין שאטמאנסדארף.

אין זיינע 15 לעצטע יארן איז ער געווען רב פון אונגוואר, ביז צו זיין פטירה, י"ז תמוז התרמ"ו, 20סטן יולי 1886.

אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:

נאך זיין פטירה איז זיין איידעם, הרב ברוך רייכפלד, געווארן דער ראב"ד אונגוואר.

                                     

2. וועבלינקען

  • אינפֿאָרמאַציע, מאנהיימר, חיים צבי הירש, מרחב וועבזייטל
  • יהודה שפיגל, ‏על מינויו לרבנות אונגוואר ופרטים נוספים אודותיו, במאמר אונגוואר, אין: ערים ואמהות בישראל, ד, עמ 17 ואילך, אוצר החכמה וועבזייטל.

זיינע ספרים:

  • א בריוו גשעריבן דורך הרב חיים הערש מאנהיימער
  • שאלות ותשובות עין הבדֹלח, ניו יארק תשי"ד, HebrewBooks וועבזייטל
  • אשי ישראל - רשימות מפיו על המקרא, מיהאלעוויטץ תרפ"ט, HebrewBooks וועבזייטל