ⓘ דזשאן אלבאק ‏ איז געווען אן אונגארישער פאָטאָגראף וועלכער האט אימיגרירט קיין די פאראייניגטע שטאטן, און דאקומענטירט גאס-סצענעס אין ניו יארק בשעת דער גרויסער דעפר ..

                                     

ⓘ דזשאן אלבאק

דזשאן אלבאק ‏ איז געווען אן אונגארישער פאָטאָגראף וועלכער האט אימיגרירט קיין די פאראייניגטע שטאטן, און דאקומענטירט גאס-סצענעס אין ניו יארק בשעת דער גרויסער דעפרעסיע און דערנאָכדעם.

                                     

1. לעבנס געשיכטע

יאנַאש אלבאק איז געבוירן אין מונקאטש. ער איז איינגעצויגן געווארן צו דער אונגערישער ארמיי. ער האט אנגעהויבן פאטאגראפירן לעבן אין די שפּיטאָל און טורמע ווו ער האט געארבעט. בשעת דער מלחמה, האט אלבאקס טאטע זיך געהרגעט און צוויי פון זיינע שוועסטער זענען געשטארבן פון הונגער.

אין 1921, אלבאק האט זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן. אויף פרנסה, האט ער ערשטנס געארבעט אלס שניידער אין א געשעפט אויף 96 סטריט און מעדיסאן אוועניו. ער האט געדונגען א קליינעם צימער איבער דעם געשעפט, מיט זיין אונגארישער ווייב, אילאנא קיס.

אין 1937, אלבאק האט געווינען אַ וואכענטליך פאָטאָ-קאנטעסט געהאלטן דורך דער ניו יארק העראַלד טריבונע, און האט געווינען אויפמערקזאמקייט פון גרייס מאייר, פאָטאָ-קוראטאָר בייַם ניו יארק סיטי מוזיי.

זיין ערשטער סאָלאָ-שוי, Faces of the City, איז געוויזן געווארן אין 1938. אין 1939 האט ער אנטפלעקט זיין אַרבעט אין ענגלאנד.‏

אַלבאקס ווערק ווערט היינט געוויזן אין זאמלונגען אין דעם מוזיי פון ניו יארק, דעם מעטראָפּאָליטאַן קונסט-מוזיי, דעם געטי מוזיי, און פילע אנדערע מוסדות.