ⓘ קאטאלאניע. קאַטאַלאניע איז א שפאנישע אויטאנאמישע געמיינדע. זי געפינט זיך דרום פון די מזרח פירענעען, און האט א צפון גרענעץ מיט פראנקרייך. קאטאלאניע האט פיר פראוו ..

                                     

ⓘ קאטאלאניע

קאַטאַלאניע איז א שפאנישע אויטאנאמישע געמיינדע. זי געפינט זיך דרום פון די מזרח פירענעען, און האט א צפון גרענעץ מיט פראנקרייך.

קאטאלאניע האט פיר פראווינצן: בארצעלאנע, טאראגאנע, זשיראנע שפּאַניש: Gerona און ליידע שפּאַניש: Lérida לערידע. זי האט א באפעלקערונג פון העכער 7 מיליאן מענטש. א גרויסער טייל מענטשן רעדן די לאקאלע שפראך, קאטאלאניש, און כמעט אלע רעדן שפאניש. אויך האט קאטאלאניע א קליינע אויטאנאמישע טעריטאריע, אראן, וואס גרענעצט פראנקרייך צו צפון, וואו טייל מענטשן רעדן אראניש, א דיאלעקט פון אקציטאניש. אלע דריי זענען אמטיקע שפראכן אין קאטאלאניע, אנערקענט דורך דער שפאנישער קאנסטיטוציע.

די הויפטשטאט פון קאטאלאניע איז די שטאט בארצעלאנע, אויפן מיטלענדישן בארטן, וואו די אלימפיאדע איז פארגעקומען אין 1992.

קאטאלאניע איז איינע פון דרום־אייראפע׳ס מערסט בליענדיקע געגנטן, וואו אינדוסטיראליזאציע האט אנגעהויבן פריער און גיכער ווי אין גאנץ שפאניע, איבערהויפט טעקסטיל.

                                     
  • קא טא לאניש català איז א ראמא נישע שפראך וואס שטאמט פון דעם היסטארישן ראיאן קאטאלאניע היינט צפון מזרח שפאניע און שכנותדיקע טיילן פון פראנקרייך. קאטאלאניש איז
  • קיין ענגלאנד צום ערשטן מאל. 1טן יאנואר - פאבלא קלאריס, פרעזידענט פון קאטאלאניע געש 1641 וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: 1586 יארן און יארהונדערטער
  • Girona שפאניש: Gerona, כעראנע איז א שטאט אין דער אויטאנאמישער געמיינדע קאטאלאניע אין שפאניע, און די הויפשטאט פונעם זשיראנער ראיאן. די שטאט געפינט זיך ביי
  • 1641 איז געווען א קאטאלאנישער אדוואקאט און דער 94סטער פרעזידענט פון קאטאלאניע קלא ריס איז געבוירן געווארן אין בא רצעלא נע. זיין פאטערס משפ חה איז געווען