ⓘ דאוואס. דאַוואס איז א שטעטל אין דעםקאנטאן גרויבינדן, אין מזרח שווייץ, נאנט צום גרענעץ מיט עסטרייך. ביי א הייך פון 1.560 מעטער, ווערט דאוואס גערעכנט דאס העכסטע ש ..

                                     

ⓘ דאוואס

דאַוואס איז א שטעטל אין דעםקאנטאן גרויבינדן, אין מזרח שווייץ, נאנט צום גרענעץ מיט עסטרייך. ביי א הייך פון 1.560 מעטער, ווערט דאוואס גערעכנט דאס העכסטע שטעטל אין גאנץ אייראפע. דאוואס געפינט זיך אויפן טייך לאנדוואסער אין די רעטישע אלפן.

דאוואס איז ברייט באוואוסט פאר דער זאמלונג פונעם וועלט עקאנאמישן פארום, וואס קומט פאר דארט יעדע יאר זייט 1971. אויך געפינט זיך דארט איינער פון די גרעסטע סקי ערטער אין דער שווייץ, וואס ווערט פארוואלטעט צוזאמען מיטן שטעטל קלאסטערס.