ⓘ מערי פאפינס, פילם. מערי פּאָפּינס איז אן אמעריקאנישער מוזיקפילם פון 1964 מיט די באַטייליקונג פון דזשולי ענדרוז און דיק וואַן דײַק. ער איז פראדוצירט געווארן דורך ..

                                     

ⓘ מערי פאפינס (פילם)

מערי פּאָפּינס איז אן אמעריקאנישער מוזיקפילם פון 1964 מיט די באַטייליקונג פון דזשולי ענדרוז און דיק וואַן דײַק. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני, און איז באזירט געווען אויף די "מערי פּאָפּינס" ביכער פון פּאַמעלאַ לינדאָן טראַווערס. דער פילם איז פילמירט געווארן ביי די וואלט דיזני סטודיאס אין בערבאַנק, קאליפארניע.

דזשולי ענדרוז האט געוואונען דער אַקאַדעמיע פּריז פֿאַרן בעסטע אַקטריסע פֿאַר איר ראלע אלס מערי פּאָפּינס. אויך האט דער פילם געוואונען אָסקאַר פּריזן פֿאַר די בעסטע פילם רעדאַקטירונג, אָריגינעלע מוזיק, בעסטער ליד "טשים טשירי" און בעסטע וויזואַלע עפֿעקטן. דער פילם האט געהאט א סאַך 13 נאָמינאַציעס.