ⓘ תנאים ..

תנאים

תנאים זענען די אידישע רבנים וואס האבן געפירט די תורה אידישקייט פון הלל הזקן ביז די נאך משניות. דאס איז געווען אין די עפאכעס פון ערשטען יאר הונדערט און אין צווייטען יאר הונדערט. זיי הייסן אזוי ווייל תנא אין אראמיש מיינט א איבערזאגער ווי שנה וואס איז אויך די נאמען פון משניות, ווייל אן איבערזאגער אנדערשט ווי א פארלערנער, זאגט דאס פון אויסענווייניג און דאן האט מען נישט געלערענט פון אינווענייג נאר פון מויל צו אויער פון איינער צום צווייטען, נישט דורךן שרייבן און ליינען. עס קומט נאך די תקופה פון די זוגות פאר די תקופה פון די אמוראים. א תנא ווערט באטראכט אלס איינער וואס מזאגט א הלכה אין זיין נאמען ...

אבא בר אבא

אבא בר אבא איז געווען דער פאטער פון שמואל וואס איז געווען דער חבר פון רב פון די ערשטע אמוראים. אין ירושלמי שטייט אז אבא׳ס טאטע האט אויך געהייסן אבא.‏ ער ווערט אויך אנגערופן אין ש"ס אבוה דשמואל. ער איז געווען א גבאי צדקה וואס מען האט געהאלטן ביי אים געלט פון יתומים ער זאל זיי היטן.‏ ער איז געווען פון די גרויסע תנאים, אין תלמוד בבלי ווערט פארציילט ווי ער האט זיך געפירט לפנים משורת הדין, דער מלאך המות האט זיך באוויזן פאר אים עבודה זרה ד"כ ע"ב. ער האט באקומען א ברכה פון רבי יהודה בן בתירא ער זאל באקריגן א זון וואס זאל זיין אזוי ווי דער נביא שמואל.‏

אבא שאול

אבא שאול איז געווען פון צוויטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. סווייזט אויס פון דער משנה אז אבא שאול האט נאך געזען דעם בית המקדש.

אבא שאול בן בטנית

אבא שאול בן בטנית איז געווען פון ערשטן דור תנאים, צוזאמען מיט דעם פאטער פון רבי צדוק. אבא שאול בן בטנית האט געהאט א זון בטנית, אמר ליה בטנית בריה דאבא שאול בן בטנית מי נדרתא וכו נדרים נ"ג ע"א

אבטליון

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – זוגות אבטליון איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און שמעיה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, שמעיה האט געהאלטן אז יא, און אבטליון האט געהאלטן אז נישט.

אדמון

אדמון איז געווען אין די צייטן פון אבטליון. דער רמב"ם רעכנט אדמון צווישן די נעמען פון זעקסטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה לויט דעם ראנגארדער פון איבערגעבונג פון די תורה.

                                     

ⓘ תנאים

  • תנאים זענען די אידישע רבנים וואס האבן געפירט די תורה אידישקייט פון הלל הזקן ביז די נאך משניות. דאס איז געווען אין די עפאכעס פון ערשטען יאר הונדערט און
  • געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים מסכת אבות פרק ד משנה כ א, רבי אלעזר
  • בן בג בג איז געווען פון ערשטן דור תנאים אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס - שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת
  • איין מאל אין משניות. דער רמב ם שרייבט, רבי מיאשא איז געווען פון ערשטן דור תנאים און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, פאר דעם חורבן פון צווייטן בית
  • געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים רבי אלעזר ברבי שמעון איז געווען
  • בן בוטא איז געווען פון ערשטן דור תנאים אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס - שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת
  • געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים דער ספר יוחסין שרייבט אז רבי חלפתא
  • רבי שמעון בן מנסיא איז געווען א תנא אין דעם זעקסטן דור פון תנאים ער איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר, אין דער זעלבער צייט ווי רבי יהודה הנשיא. ער איז
  • דערמאנט דריי מאל אין משניות. רבי חנניא בן חכינאי איז געווען פון צווייטן דור תנאים און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם
  • ארויסגעשריבן רבי אלעזר המודעי. רבי אליעזר המודעי איז געווען פון דריטן דור תנאים און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם
  • יונתן בן עוזיאל, א תנא אין דעם ערשטן דור פון תנאים ג תת ף - יוסי בן קיסמא, א תנא פון דער תקופה פון דעם בר כוכבא אויפשטאנד ה תש ב - רבי אהרן האלבערשטאם