ⓘ נפתלי ראובן קארנרייך. רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר התשיד אין ברוקלין צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ע ..

                                     

ⓘ נפתלי ראובן קארנרייך

רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר התשי"ד אין ברוקלין צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ער איז א צאנזער אייניקל. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער טשעבינער ישיבה, און שוין דארט האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט. דורכאויס זיינע יארן אין ישיבה איז ער פארהערט געווארן ביי פארשידענע רביס און רבנים. נאך אלס חתן האט ער געקריגט שוין זיין היתר הוראה פון די גרעסטע באוואוסטע רבנים ווי רבי יצחק יעקב ווייס און רבי משה האלבערשטאם.

אין יאר התשל"ד, האט ער געהייראט מרת רחל, די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער סערעט וויזשניצער רבי פון חיפה.

פאר א סאך יארן האט ער געדינט אלס רב פון דער סערעטער געמיינדע אין דער שטאט בני ברק, וואו איז ער געווען בארומט און באוואונדערט ביי זיינע צוהערער און אנהענגערס זייער שטארק. און נאך יארן איידער איז ער געווארן רבי, צוליב זיין ווייזהייט און קלוגשאפט פלעגן פילע מענטשן שטראמן צו אים מיט פערזענליכע פראגן אום זיך צו קאנסולטירן מיט אים און באקומען עצות און ברכות.

שפעטער איז רבי נפתלי ראובן אריבערגעצויגן וואוינען אין דער זידלונג תל ציון נעבן ירושלים, וואו איז ער נתמנה געווארן אלס ארטיגער רב, אין דער צייט, נאך און נאך מענטשן וואס זענען געווען באצויבערט פון זיין גוטער פערזענליכקייט זענען געווארן זיינע אנהענגערס און האבן אים אנגענומען אלס זייער פירער אין אלע הינזיכטן.

נאך דער פטירה פון זיין שווער דער סערעטער רבי אין תמוז התשע"ה, און מיט דער אונטערשטיצונג פון די משפחה מיטגלידער, במעמד פון גדולי ישראל און פילע חסידים, איז ער געקרוינט געווארן אלס "קאסאוו-וויזשניצער" רבי.

נאכדעם וואס די קהילה פון זיינע תלמידים און אנהעגערס האט זיך צימליך פארברייטערט, האט ער זיך באזירט אין בית שמש, דארט וואו זיינע געמיינדע ענטוויקלט זיך ווייטער. צוזעצליך, האט ער געעפענט א ישיבה וואו עס זיצן און האראווען צענדליגע בחורים.

                                     

1. קינדער

  • רבי יהודא זאב, האט געהייראט מרת צירל עטל, טאכטער פון רבי חיים דוב שטערן, רב פון סקולענער חסידים אין בני ברק, און איידעם פון רבי ישראל אברהם פארטוגאל, דער סקולענער רבי.
  • רבי שלום עוזר, האט געהייראט מרת שלאמצא, טאכטער פון ראפשיצער רבי, און אייניקל פון רבי שמעלקא רובין, דער געוועזענער סוליצער רבי פון פאר ראקעוועי.
  • רבי ישראל, האט געהייראט מרת חוה רויזא, טאכטער פון רבי יוסף דוד טייטלבוים, דער סאסאווער רבי.
  • מרת חנה רייזל, ווייב פון רבי מאיר דוב בער, זון פון רבי שמואל דוד קרויז, אב"ד אודווארי ברוקלין.
  • רבי ברוך, האט געהייראט מרת יוכבד ברכה, טאכטער פון רבי אליעזר זאב ראזנבוים, נאדווארנער רבי פון בני ברק.
  • מרת געלא מלכה, ווייב פון רבי איתמר, זון פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, קרעטשענעווער רבי פון רחובות.
  • מרת אסתר, ווייב פון רבי שלום צבי, זון פון רבי משה סופר, ערלויער רב פון ירושלים.
  • מרת מרים, ווייב פון רבי שמעון, זון פון רבי יוסף משה, זון פון רבי מרדכי שטיין, דער פאלטישאנער רבי פון בארא פארק.
                                     
  • טאכטער מרת רחל, ווייב פון הרב נפתלי ראובן קארנרייך זון פון הרב צבי אלימלך קארנרייך פון די פאראייניגטע שטאטן. הרב קארנרייך האט אמאל געדינט אלס רב פונעם
  • פאטער הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר ל דזשעקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ
  • תורה געגנט אין ירושלים. ער האט געהייראט מרת אסתר, טאכטער פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך דער קאסאווער רבי פון ירושלים, איידעם פון רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער
  • מינוט יעדער שבת. מרת יוכבד ברכה, ווייב פון רבי ברוך, זון פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך דער קאסאוו - וויזשניצער רבי, און איידעם פון רבי אליעזר האגער, דער
  • קהילה אין בני ברק. ער האט געהייראט מרת געלא מלכה, טאכטער פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך דער קאסאווער רבי פון בית שמש, און איידעם פון הרה ק רבי אליעזר האגער
  • ממלא מקום פון פאטער, סערעטער רבי אין חיפה. מרת רחל, ווייב פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך דער קאסאוו - וויזשניצער רבי אין בית שמש רבי יעקב האגער, ממלא מקום
  • סערעט - וויזשניצער רבי. רבי מאיר בער, האט געהייראט מרת חנה רייזל, טאכטער פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך דער קאסאוו וויזשניצער רבי, און איידעם פון הרה ק רבי אליעזר האגער