ⓘ מרדכי דוד אונגער. רבי מרדכי דוד אונגער איז דער אדמור פון באבאוו 45. זיין בית מדרש געפינט זיך אויף דער 45סטער גאס אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק. רבי מרדכי דוד ..

                                     

ⓘ מרדכי דוד אונגער

רבי מרדכי דוד אונגער איז דער אדמו"ר פון באבאוו 45. זיין בית מדרש געפינט זיך אויף דער 45סטער גאס אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק.

רבי מרדכי דוד איז נתמנה געווארן אלס רבי דורך א טייל באבאווער חסידים נאך דער פטירה פון זיין שווער, דער באבאווער רבי ר נפתלי צבי האלבערשטאם, וואס האט קיין זון נישט איבערגעלאזט נאר צוויי איידעמער. דער עלטערער איידעם, רבי יהושע רובין, איז געווארן אויפגענומען אלס דער רב.

פון דער אנדערע זייט האבן טייל באבאווער חסידים אויפגענומען אלס באבוואער רב זיין פעטער רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, א ברודער פונעם פריערדיגן רב רבי נפתלי צבי הלברשטאם. צען יאר שפעטער האט רבי מרדכי דוד אפיציעל אנאנסירט אז ער וועט אננעמען דעם נאמען "באבוב45", באזירט אויפן פסק דין וואס איז דעמאלט געווארן ארויסגעגעבן.

                                     

1. ביאגראפיע

רבי מרדכי דוד איז געבוירן געווארן אין אמעריקע, א זון פון רבי יעקב יצחק פון דאמבראוו, א זון פון רבי בן ציון אונגער פון צאנז און אן אייניקל פון רבי חיים האלבערשטאם, דער ״דברי חיים״ פון צאנז.‏ זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי יהושע אשר רויטבלאט, שעדליצער רבי. זייט דער פטירה פון זייער פאטער, איז זיין ברודער הרב בן ציון געווארן דאמבראווער רבי אין זייער פאטער׳ס בית המדרש אין ניו יארק.

רבי מרדכי דוד האט חתונה געהאט מיט מרת רבקה, טאכטער פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם, באבאווער רבי.

אלס קינד האט ער גערלערנט אין דער באבאווער ישיבה, און האט ארויסגעשיינט מיט א זעלטענער קלוגשאפט און חן. ער איז געווען פון די בעסטע בחורים אין באבאווער מתיבתא. ווען ער האט חתונה געהאט האט זיין זיידע דער באבאווער רב ר׳ שלמה זיך שטארק שטאלצירט מיט אים.

                                     

2. קינדער

  • מרת גיטל, ווייב פון ר מנחם נחום הורוויץ זון פון ר ברוך הורוויץ זון פון ר יעקב פון מעליץ זון פון ר ברוך פון מעליץ-ליזענסק
  • ר משה יהושע אשר, איידעם פון ר משה מנחם ווייס דומ"צ סאטמאר מהר"א לאנדאן
  • ווייב פון ר׳ חיים ברוך האלבערשטאם זון פון הרב בן ציון האלבערשטאם פון פאקשיווניץ, א זון פון הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם זון פונעם באבאווער רב.
  • ר׳ חיים בן ציון איידעם פון ר׳ יצחק טוביה רובין א זון פון ציעשינאווער רבי׳ן.
  • די ווייב פון ר שמחה רובין זון פון ציעשינאווער רבי
  • ר׳ שלום איידעם פון אלעקסאנדער רבי׳ן פון בארא פארק.
  • ר׳ יעקב יצחק שטערנבוך.
  • ר׳ יחזקאל, איידעם פון רבי אלטער אליעזר הורוויץ פון סאטמאר.
  • די ווייב פון ר שמחה וואזנער זון פון ר מרדכי זאב הלוי וואזנר, רב פון קהל מחזה אברהם אין ניו יארק
  • ר׳ יוסף איידעם פון הרב שמעי׳ לעוו רב פון א קהילה אין בארא פארק.
  • מרת חנה דבורה, ווייב פון הרב אלימלך, זון פון רבי מאיר יצחק הורוויץ אב”ד ‘משיב כהלכה לינסק’.
  • מרת ליפשא, ווייב פון ר אשר מנחם אייכנשטיין, זון פון רבי פנחס שלום אייכנשטיין אב”ד חודרוב, זון פון זידיטשויבער רבי פון שיקאגא
                                     
  • איבער א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון באבאוו 45 אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם
  • פארמאגן נישט קיין אייגענע פאטאגראפן. אין 2008 האט נפתלי אונגער א נעפע פון רבי מרדכי דוד אונגער דער רבי פון באבאוו - 45, צו פארשפרייטן דורך ע פאסט בילדער
  • איידעמעס: דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין און דער צווייטער רבי מרדכי דוד אונגער היינט רבי פון באבאוו 45. נאך דער פטירה פון רבי שלמה לע האט מען געקרוינט
  • האלבערשטאם ווען א טייל חסידים האבן געוואלט אויפנעמען זיין איידעם, רבי מרדכי דוד אונגער אנשטאט זיין ברודער דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר רבי בנציון, מיט די טענה
  • שני האט ער געהייראט מרת איטא א טאכטער פון הרב מרדכי סיגעל פון וויעליפאלי. הרב ברוך אברהם האלבערשטאם - אונגער פון ברוקלין, ער האט געהייראט מרת מלכה דבורה
  • אויסגעבראכן א חילוקי דעות ווער ס זאל זיין זיין ממלא מקום, זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אדער זיין האלב - ברודער רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם. רבי נפתלי טשע
  • אן אייניקל פון דעם קארטשינער רב. אויך דער באבאווער רבי 45 הרב רבי מרדכי דוד אונגער איידעם פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם פון באבאוו איז אן אייניקל. דער
  • חתונה געהאט מיט רייכל אונגער פון קליוולאנד, אהייא, א טאכטער פון רבי נפתלי אונגער הי ד, דער ניימארקער רב, אן אייניקל פון רבי מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראוו
  • ברוקלין. כ ק האדמו ר פון דאמבראווא פון בארא פארק ברידער פון כ ק האדמו ר מרדכי דוד אונגער פון באבוב. הרה צ ר יחיאל וואגשאל שליט א זון פון כ ק אדמו ר מלאנצוהט