ⓘ פארמיטלען ..

פארמיטל

א פֿאָרמיטל אדער פֿארקער־מיטל איז א מאשין אדער אפאראט צו פירן מענטשן אדער סחורה פון איין ארט צו אן אנדערן. פארמיטלען קען ארבעטן אויף דער יבשה, אויף שינעס, אויפן ים, אונטערן ים, אין די לופטן אדער אין דעם קאסמאס. די קראפט וואס פירט דעם פארמיטל קען ווערן א מאטאר, א בעל חי, דער ווינט אדער א שטראם. פארמיטלען וואס האבן א מאטאר ניצן א ברענשטאף אדער עלעקטריע. די מערסטע פארמיטלען פארן אויף רעדער.

דראשקע

א דראשקע איז א פערד און וואגן וואס מען פלעג דינגען צו פארן פון איין ארט אין א צווייטן. דאס איז געווען דער עיקר טראנספארט מיטל בעפאר דער אויטאמאביל איז געווארן פארשפרייט. היינט טרעפט מען ווייניג דראשקעס, בעיקר ניצט מען זיי פאר טוריסטן, א שטייגער ווי אין סענטראל פארק מאנהעטן זענען טעגליך דא הונדערטער פון זיי וואס מאכן גרויס געלד פון ארום פירן פאסאזשירן אלס אן אטראקציע.

שניי-מאביל

א שניי מאביל איז א מאטאר פארמיטל וואס ווערט געבויט צו פארן אין שניי. אין פארווייטערטע געגענטער וואו עס פאלט גאר אסאך שניי, איז א שניי-מאביל די איינציגסטע וועג פון לאקאלע טראנספארטאציע און איז טאקע אויסגעטראפן געווארן דורך אן אינווענטאר וואס האט געוואוינט אין אזא ארט. א שניי-מאביל ווערט ביי מאנכע גענוצט נאר פאר שוואויל טאג און אויף געוויסע שניי אטראקציע ערטער קען מען דאס דינגן פאר א קורצע צייט.