ⓘ פאסאזשיר. דער ארטיקל דיסקוטירט אַ טראַנספּאָרט באַניצער. טאמער זוכט איר אַ טוריסט, זעט טוריזם. א פּאַסאַזשיר אדער פֿאָרער איז איינער וואס געפֿינט זיך אין אַ פֿא ..

                                     

ⓘ פאסאזשיר

דער ארטיקל דיסקוטירט אַ טראַנספּאָרט באַניצער. טאמער זוכט איר אַ טוריסט, זעט טוריזם.

א פּאַסאַזשיר אדער פֿאָרער איז איינער וואס געפֿינט זיך אין אַ פֿאָרמיטל און נוצט ער צו גיין פֿון איין פּלאַץ צום צווייטן.

דער טערמין "פּאַסאַזשיר" ווערט באַנוצט אין די פֿאלגענדע קאָנטעקסטן:

  • איינער וואס נוצט פּובליקע טראַנספּאָרט אין אָפּצאָל ווי א בוס, באַן, עראָפּלאַן אדער שיף. די פֿלי מאַנשאַפֿט אדער שיף מאַנשאַפֿט זענען נישט פּאַסאַזשירן, אבער אַן אַרבעטער אין אַ פֿירמעס אויטאָ וואס ווערט געפֿירט דורך אַן אַנדערער פּערזאָן ווערט אויך אויסגערעכנט אַ פּאַסאַזשיר.
  • איינער וואס ווערט געפֿירט אין אַן אויטאָמאָביל, אויך אויב ער האט נישט געצאָלט פֿאר די רייזע.