ⓘ הינדע דעמבאלעצקי. הינדא דעמבאָלעצקי איז געװען אַ יידישער מחבר. זי איז געבוירן אין שטעטל שלעשין, הײַנטיקע פּוילן, אָבער האָט עמיגרירט אין יאָר 1936 קײן אַרגענטינ ..

                                     

ⓘ הינדע דעמבאלעצקי

הינדא דעמבאָלעצקי איז געװען אַ יידישער מחבר. זי איז געבוירן אין שטעטל שלעשין, הײַנטיקע פּוילן, אָבער האָט עמיגרירט אין יאָר 1936 קײן אַרגענטינע. דאָרט האָט זי געװױנט ביז 1959, ווען זי ארויף אין ישראל. זי האָט שוין אין אַרגענטינע געשריבן עטלעכע דערצײלונגען פֿאַר פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן. בשעת אין ישׂראל האָט זי עטלעכע ראָמאַנען פּובליקירט און אויך אַ פּאָר שפּילן פֿאַר דעם טעאַטר. אין איר ערשטן ראָמאַן, ״דער װעג צו זיך״, האָט זי געשריבן װעגן אַ פֿרוי מיט כּמעט דער זעלבער נסיעה װאָס דעמבאָלעצקי זיך אַלײן האָט געטאָן. ‎