ⓘ גוי. אַ גוי איז איינער וואָס איז נישט אַ ייד. האפטמאל נוצט מען דער וואָרט גוי כדי צו אָפשיידן די ווערטע פונעם גוי לעומת דער איד. ..

                                     

ⓘ גוי

אַ גוי איז איינער וואָס איז נישט אַ ייד. האפטמאל נוצט מען דער וואָרט גוי כדי צו אָפשיידן די ווערטע פונעם גוי לעומת דער איד.

                                     

1. דער איד כלפי דעם גוי

אידן בענטשן יעדן טאג די ברכה שלא עשני גוי צו געבן א לויב אז זיי זענען מחויב אין מצוות.

די טערמינען גוי אדער גוים ווערן אויך באנוצט אלץ שם הכולל אויף די שונאי ישראל און עובדי עבודה זרה, ווי צ.ב.ש. פסח ביי נאכט זאגט מען שפוך חמתך על הגוים.

היסטאריש, צוליב די פילע גלות יארן, האבן אידן זיך אנגעליטן פיל צרות פון די נישט-אידישע באפעלקערונג צווישן וועלכע זיי האבן געוואוינט. דאס האט צוגעפירט אז דער אידישן פסיכיק האט אפטמאל נישט געהאט פיל צוטרוי צו א גוי, און אפילו טיילמאל געברענגט העסליכע געפילן פון אידן אויף גוים צוריק.

                                     

2. חסידי אומות העולם

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – חסידי אומות העולם

לויט די תורה קען א גוי אויך פארדינען זיין חלק אין עולם הבא אויב ער איז א בן נח דורך איינהאלטן די זיבן מצוות בני נח. די זיבן מצוות זענען:

  • נישט גנבנען
  • נישט עסן קיין אבר מן החי
  • נישט דינען עבודה זרה
  • שטעלן געריכטן אויף צו איינפירן צדק און משפט צווישן דאס מענטשהייט
  • נישט עובר זיין אויף עריות
  • נישט שעלטן ג-ט, אדער נעמען ג-טס נאמען אויף א פאלשע שבועה
  • נישט הרגענען

עס ווערט אנגענומען אז היינט זענען די גוים מערסטנס אפגעהיטן אין די זיבן מצוות און אין אלגעמיין פירן זיי זיך מאראליש, וואס דערפאר הייסן זיי לויטן רמב"ם "חכמי אומות העולם" זעט מער בני נח.

געהאלפן אין דעם שואה

עס זענען געווען טויזנטער גוים אין די יארן פון דער צווייטע וועלט קריג וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון טויט איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. דער ישראלישער ארגאניזציע "יד ושם" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.