ⓘ אסטוריאס. דער פרינציפאליטעט פון אַסטוריאַס איז אן אויטאנאמישע געמיינדע אין צפון שפאניע. אסטוריאס ליגט אויפן דרום בארטן פון דער בוכטע פון ביסקע גערופן אין שפאניע ..

                                     

ⓘ אסטוריאס

דער פרינציפאליטעט פון אַסטוריאַס איז אן אויטאנאמישע געמיינדע אין צפון שפאניע.

אסטוריאס ליגט אויפן דרום בארטן פון דער בוכטע פון ביסקע גערופן אין שפאניע "דער קאנטאברישער ים". אסטוריאס גרענעצט קאנטאבריע צו מזרח, קאסטליע און לעאן צו דרום און גאליסיע צו מערב. ער באשטייט פון איין פראווינץ, דער פראווינץ פון אסטוריאס.

די הויפטשטאט פון אסטוריאס איז אוויעדא Oviedo, און די צוויי אנדערע גרעסטע שטעט זענען כיכאן Gijón אויפן ים־בארטן און די אינדוסטריעלע שטאט אווילעס Avilés.

                                     

1. היסטאריע

צוליב דער בערגישער טאפאגראפיע צפון שפאניע, איז אסטוריאס קיינמאל נישט געווארן איינגענומען דורך די מוסולמענער, און איז אויך געווארן דער קערן פון וואס די קריסטן זענען ארויסגעגאנגען ווידעראמאל איינצונעמען שפאניע נאכדעם וואס דאס וויזיגאטישע קעניגרייך איז איינגעפאלן און די מוסולמענער האבן איבערגענומען שפאניע, איז דאס אסטוריאנישע קעניגרייך אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 722. אלפאנסא דער צווייטער, מלך אויף אסטוריאס צווישן די יארן 791–842, האט איינגענומען גאליסיע און דעם באסק פראווינץ, און האט פארברייטערט די גרענעצן פון דעם קעניגרייך ביז די טויערן פון ליסבאן. אין יענער תקופה האבן קארל דער גרויסער און דער פויבסט אנערקענט אלפאנסא דער צווייטער ווי דער מלך פון אסטוריאס.

אין יאר 924 האט דאס קעניגרייך פון אסטוריאס געענדערט זיין נאמען צו דאס קעניגרייך פון לעאן, און אין יאר 1230 האט עס זיך פאראייניגט מיטן קעניגרייך פון קאסטיליע. אין יאר 1388 איז אסטוריאס געווארן אן אויטאנאמישער פראווינץ אין קאסטיליע מיט אן אייגענער רעגירונג.

                                     

2. יידן אין אסטוריאס

יידן האבן געלעבט אין אסטוריאס זייט דער רוימישער תקופה ווען יידן זענען אנגעקומען אין דעם איבערישן האלבאינזל ביזן גירוש שפאניע, דער יידישער משפחה נאמען ״לוגאסי״ שטאטמט ווארשיינדליך פון דעם געגנט פון אסטוריאס.