ⓘ דעני פינקלמאן. דעני פֿינקלמאַן איז א ארטאדאקסיש-יידישער פילם דירעקטאר, און פירער פון דער ספּאַרקס-נעקסט פילם פּראָדוקציע פירמע. זייענדיג א היימישער פרומער רעזשי ..

                                     

ⓘ דעני פינקלמאן

דעני פֿינקלמאַן איז א ארטאדאקסיש-יידישער פילם דירעקטאר, און פירער פון דער ספּאַרקס-נעקסט פילם פּראָדוקציע פירמע.

זייענדיג א היימישער פרומער רעזשיסאר, מיט אסאך ערפארונג, טוהט ער באשעפטיגן פיל גרויסע שטערנס אין דער ארטאדאקסישער געמיינדע; צווישן זיי גד אלבז, ניסים בלאק, מנשה לוסטיג.

צום יאר 2017 האט ער ערצייגט א יידישן פול-לענג פילם, מנשה, וואס איז אויסגעלויבט געווארן ביי גאר אנערקענטע פילם אינסטאנצן.

פינקלמאן איז א ליובאוויטשער חסיד, און האט אין ציל אויסצוניצן זיין ענערגיע פארן צוועק פון פארשפרייטן לעכטיגקייט און אחדות אויף דער וועלט, און צווישן זיינע פולע פראיעקטן, זענען באקאנט; די האלאקאוסט סערווייווער בענד, אחדות כלל ישראל, און א רייע קאנצערטן אין ניו יארק יערליך.