ⓘ הארי פאטער, כאראקטער. דער ארטיקל דיסקוטירט דער הויפט כאראקטער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט הארי פאטער באדייטן. האַרי דזשיימס פּאָטער איז דער הויפט כא ..

                                     

ⓘ הארי פאטער (כאראקטער)

דער ארטיקל דיסקוטירט דער הויפט כאראקטער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט הארי פאטער באדייטן.

האַרי דזשיימס פּאָטער איז דער הויפט כאראקטער אין דזשיי.קיי. ראָלינגס פֿאַנטאַזיע בוך סעריע "האַרי פּאָטער". די ביכער דיסקוטירן זיבן יאָרן אין דאס לעבן פֿונעם יתום, וואס געפֿינט ביי זיין 11טער געבורסטאָג אַז ער איז אַ מכשף און דער זון פֿון די מכשפֿים לילי און דזשיימס פּאָטער. האַרי גייט צו דער האָגוואָרץ שולע פֿון כישוף-מאַכערייַ צו לערנען זיך מאַגיש. האַרי געפֿינט זייער שנעל אַז ער איז שוין באַוווסט אין דער כישוף-וועלט, און אַז זיין גורל איז פֿאַרבונדט מיט לאָרד וואָלדעמאָרט. וואָלדעמאָרט איז געווען אַ שלעכטער מכשף וואס האָט געהרגעט האַריס עלטערן, אבער לויט אַ לעגענדע איז ער געשטאָרבן ביים פּרובירן צו נוצן דאָס טויט-זידלען אויף דעם עופֿעלע האַרי. ראָלינג האָט געזאָגט אַז זי האָט באַקומען דער געדאַנק פֿאַר האַרי פּאָטער ביים וואַרטן פֿאַר אַ באַן אין 1990. נאָך ראָלינגס מוטער איז געשטאָרבן האָט זי באַשטימט צו מאַכן האַרי אַ יתום.