ⓘ נתן דוד ראזנבוים. רבי נתן דוד ראזנבוים איז געווען דער זוטשקער רבי. ער האט געפירט זיין הויף אין בני ברק. רבי נתן דוד איז געבוירן געווארן אין תש״ה צו זיין פאטער ר ..

                                     

ⓘ נתן דוד ראזנבוים

רבי נתן דוד ראזנבוים איז געווען דער זוטשקער רבי. ער האט געפירט זיין הויף אין בני ברק.

רבי נתן דוד איז געבוירן געווארן אין תש״ה צו זיין פאטער רבי יצחק אייזיק ראזנבוים פון זוטשקע, א זון פון רבי איתמר ראזענבוים פון נאדווארנא און מרת חנה, א טאכטער פון ר׳ נתן דוד האלענדער. ער האט חתונה געהאט מיט שרה, טאכטער פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל. ער איז געווען א מתמיד עצום.

בערך אין יאר תשל״ד האט ער זיך געצויגן קיין יוניאן סיטי, ניו זשערסי, פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

נאך זיין פאטער׳ס פטירה האט ער איבערגענומען די זוטשטער רעביסטעווע, וואס ער האט געפירט אין דעם רמת אלחנן פערטל פון בני ברק.

ער איז נפטר געווארן נאך א קראנקייט, כ״ח שבט תשע״ט אין דעם מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק. מען האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.

                                     

1. משפחה

די קינדער פון רבי נתן דוד און זיין ווייב מרת שרה זענען:

  • די ווייב פון רבי חיים לייפער, טעמשווארער רבי און אלעד.
  • מרת בתיה חיה, ווייב פון רבי יעקב ישעיה זאב וואלף גראס, רב פון קהל ״באר אברהם״ האלמין אין שטאט ביתר עילית.
  • רבי מרדכי, זוטשקער רבי אין מאנסי. איידעם ביי רבי יהושע לייפער.
  • רבי אשר ישעיה, זוטשקער רבי אין בני ברק, אוף זיין טאטנס פלאץ. איידעם פון דעם שאצער רבי אין בני ברק.
  • מרת מלכה, ווייב פון דעם משפיע רבי אלימלך בידערמאן.
  • רבי שלמה, זוטשקער רבי אין ירושלים.
  • רבי גדליה משה, "זוטשקא-אמסנא" רבי און בני ברק. ער רופט זיך אויך "אמסנא" נאך זיין זיידן רבי נתן דוד האלענדער וואס איז געווען רב און אמסנא.
  • די ווייב פון רבי מנחם קאליש, דער אמשינאווער רבי׳ן פון בארא פארק.
                                     
  • רבי אשר ישעיה ראזנבוים איז דער זוטשקער רבי אין בני ברק און א באווסטער משפיע. רבי אשר ישעיה איז געבווירן געווארן צו רבי נתן דוד ראזנבוים און זיין ווייב
  • זיידן רבי יצחק קאליש פון אמשינאוו. רבי מנחם איז אן איידעם ביי רבי נתן דוד ראזנבוים זוטשקער רבי. נאך זיין טאטנ ס פטירה אין ניסן תש פ איז ער אויף גענומען
  • דיין אין עדה החרדית. מרת סימא, ווייב פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים זון פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים קרעטשענעווער רבי פון קרית גת. מרת סאשא רייזל, ווייב פון
  • יצחק אייזיק ראזנבוים פון קליוולאנד רבי יוסף ראזנבוים פון קאלוש תש א - כ ד אב תשע ט רבי יצחק אייזיק געב תרס ח פון זוטשקע רבי נתן דוד ג סיון תש ה
  • ראזנבוים געבוירן י ט אדר ה תשי ח איז דער היינטיגער פרעמישלאנער רבי פון בני ברק. רבי מאיר איז געבוירן געווארן אין שטאט רחובות צו זיין פאטער רבי דוד משה
  • האלמין אין שטאט ביתר עילית - האט געהייראט מרת בתיה חיה, טאכטער פון רבי נתן דוד ראזנבוים דער זוטשקער רבי פון בני ברק. רבי אברהם חיים אלימלך, רב פון קהל תולדות
  • רבי אליעזר זאב ראזנבוים געב ה אב ה תשי ז איז דער נאדווארנער רבי און בני ברק, פון תשע ב. רבי אליעזר זאב איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בני ברק צו