ⓘ אליה שוויי. רבי אליה שוויי איז געווען דער ראש ישיבה אין פֿילאַדעלפֿיע און פּרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה אין די פאַרייניקטע שטאַטן. ..

                                     

ⓘ אליה שוויי

רבי אליה שוויי איז געווען דער ראש ישיבה אין פֿילאַדעלפֿיע און פּרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה אין די פאַרייניקטע שטאַטן.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין קאָוונע צו רב שמועל לייב שוויי וואס איז געווען אַ תּלמיד פונעם קאָוונער כולל אונטער דער פירערשאַפט פון רבי ישראל סאַלאָנטער, וואו ער פארבראכט זיין קינדשאַפט.

ער איז אנגעקומען אין די פאַרייניקטע שטאַטן אין זיינע יונגע יארן, און האָט געלערנט אין דער רבי יעקב יוסף שולע פון און שפּעטער אין ישיבת תורה ודעת אוטנער רבי שלמה היימאן, פון דאָרט האָט ער ממשיך געווען לערנען אין לייקוואוד און איז געווארן א תלמיד מובהק פון דעם ראש ישיבה רבי אהרן קאטלער.

אין 1955 האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער פילאדעלפיע ישיבה וואס איז געגרינדעט געווארן צוויי יאר פריער דורך רבי אהרן קאטלער אנשטאט רבי דוב שווארצמאן, צוזאמען מיט רבי שמואל קאמינעצקי, א שטעלע וואס ער האט געהאלטן ביז זיין טויט.

                                     

2. משפחה

ער איז געווען דער איידעם פון רבי אברהם קאלמאנאוויטש, גרינדער פֿון דער מירער ישיבה אין די פאַרייניקטע שטאַטן, און א שוואגער פון רבי שמואל בירנבוים. זיין ווייב דבורה איז נפטר געווארן ו אדר א התשע"ט, 11טן פעברואַר 2019).‏

זייער קינדער זענען געווען:‏

  • הרב חיים יוסף
  • הרב מלכיאל
  • הרב אהרו שלמה
  • הרב אברהם, ירושלים
  • מרת נחמה, ווייב פון הרב יוסף ליפשוץ ישיבת נחלת צבי, טאראנטא
  • מרת שרה, ווייב פון הרב מאטל דיק
  • הרב מאיר שמחה, לייקוואוד
  • מרת לייקי, ווייב פון הרב איסר זלמן גארעליק, ראש ישיבה אין סאט פאלזבורג
  • הרב שמעון יהודה, ראש ישיבה פון פילאדעלפיע ישיבה.
                                     
  • רבי, דער אמרי אלימלך און דברי אלימלך געבוירן ה תקפ ד ה תשס ט רבי אליה שוויי ראש ישיבה אין פילאדעלפיע און נשיא מועצת גדולי התורה פון די פאראייניגטע
  • שווארצמאן. צוויי יאר נאכהער האט הרב שווארצמאן פארלאזט די ישיבה, און הרב אליה שוויי א תלמיד מובהק פון הרב אהרן קאטלער, האט איבערגענומען זיין אמט, און ער
  • אים איז געווען שארפע קריטיק פון די רבני מועצת גדולי התורה און הגאון רבי אליה שוויי ראש ישיבה אין פילאדעלפיע האט אים אנגערופן ביי א אגודה קאנוועטשאן שונא