ⓘ הראל סקאאט. הראל סקאַאַט איז אַן ישראלדיקער זינגער און לידער-שרייבער. ער האט רעפּרעזענטירט ישראל ביים 2010 אייראָוויזיע געזאַנג קאָנקורס מיט דעם ליד מילים. סקאַ ..

                                     

ⓘ הראל סקאאט

הראל סקאַאַט איז אַן ישראלדיקער זינגער און לידער-שרייבער. ער האט רעפּרעזענטירט ישראל ביים 2010 אייראָוויזיע געזאַנג קאָנקורס מיט דעם ליד "מילים".

סקאַאַט האָט געזאַנגען און אויפֿגעטראָטן אין פּובליק זינט קינדהייט. ביים עלטער פֿון 6 יאָר האָט ער געוואונען אַ געזאַנג קאָנקורס פֿאַר קינדער. ווען ער איז געווען אין עלעמענטאַרשולע האָט ער אויפֿגעטראָטן אויף נאַציאָנאַלע טעלעוויזיע, און אַלס אַ יינגל איז ער געווען דער הופיט זינגער פֿאַר זיין שטאָט און זיין מיטלשולעס טרופּעס. בעת זיין צה"ל דינסט האָט ער געזאַנגען אין דער קאָמוניקאַציע-מיליטער טרופּע. סקאַאַט האָט באַקומען זיין פּראָפֿעסיאָנאַלע ארויסבליץ אַלס אַ קאָנקורענט אין די צווייטע סעזאָן פֿונעם פּראָגראַם "כוכב נולד", און האָט באַקומען דער צווייטער פּלאַץ. נאָך דער פּראָגראַם איז געענדיקט האָט ער אונטערגעשריבן אַ רעקאָרדירונג קאָנטראַקט מיט הד ארצי, איינע פֿון די גרעסטע מוזיק פֿירמעס אין ישראל.