ⓘ סאציאלאגיע ..

אנקעטע

אנקעטע איז א אויספרעג מוסטער וואס מען פארבינדט זיך צו די מענטשן פון א פאלק אויספרעגן זייער מיינונג אדער מעשה. און אויב מער פון פופציג פראצענט ענטפערן איין וועג איז דאס א רעזולטאט פון א אנקעטע. די תירוץ איז בלויז לויטן פרעגער וויאזוי ער פארעמט אויס זיין שאלה, און אפט מאל איז שייך אנקעטעס מיט דירעקטע כוונות צו קומען צו זייערע געווינטשטענע רעזולטאטן, ווי ביי פארטייאישע פאליטיק אין היץ בעפאר פאר די וואלן. א.א.וו.

בחור

א בחור מיינט געװײנטלעך א מענטש א זכר נאך דער בר מצוה ביז צו דער חתונה. אנדערש ווי א יינגל אדער טאטע, איז דאס די פרייע יארן פון לעבן, ווען מען פארעמט זיך אויס אויף דער וועלט. ביי אידן דרייט זיך ארום א באקאנט ווערטל, אז אויב וואלט די פראזע בחור ערשינען אין א לעקסיקאן, וואלט ער באצייכענט געווארן אלץ "מין חיה שדר בישיבה", א ווילד באשעפעניש וואס וואוינט אין א ישיבה. מאנכע לייגען צו אז בחור איז נוטריקון חיה רעה ודר בישיבה, דער ערקלערונג פארן ווערטל שטעקט אין דעם, אז א בחור ווערט געזען אלץ אן אומגעזעצטער מענטש וואס איז נאך נישט פולערהייט ערוואקסן, א שטייגער ווי מען רופט דאס אויף ענגליש א טינעידזש ...

ביוראקראטיע

ביוראָקראַטיע איז, שטעלן כּללים וואס קאָנטראָלירן די אַקטיוויטעטן פון מענטשן וואס אַרבעטן פֿאַר גרויסע ארגאניזאציעס און רעגירונגען. זי ווערט געטון דורך סטאַנדאריזירטע פּראָצעדורן. ביוראָקראַטיע איז אַ באַגריף אין סאָציאָלאָגיע און פּאָליטישער וויסנשאַפֿט. ביישפילן פון ביוראָקראַטיע טון אַרייַננעמען רעגירונגען, מיליטער, קאָרפּאראציעס, שפּיטעלער, געריכטן, מיניסטעריומס און להבדיל קהילות.

בין הזמנים

די פעריאדע ווען ישיבות זענען פארמאכט און די בחורים תלמידי הישיבה געפינען זיך אויף דאטשע. די בחורים דרייען זיך ארום אין די גאסן שלינק און שלאנק און האבן נישט וואס צו טאן מיטן טאג. סאיז נישט קיין סדרים און קיין משגיחים און איז א פלאג פאר יעדע טאטע און מאמע.

גסיסה

עס זענען פאראן עטליכע סימנים וואס דייטן אן, אז דער מענטש איז יעצט אינעם גסיסה סטאטוס צושטאנד. שפייעכץ רינט פונעם מויל. די שפייעכץ גייט נישט אראפ. נאר זאמעלט זיך אן. די אויגן דרייען זיך איבער. ווען איינע פון די אויבנדערמאנטע געשעענישן פאסירן צו א קריטיש-קראנקען מענטש, איז ער אין א גסיסה צושטאנד, און קען א ליאדע מינוט אויפהערן צו לעבן, און אויסהויכן די נשמה צו גאט.

געבורטס טאג

געבורטס טאג איז ווען מען עלטערט זיך מיט נאך א יאר, עס איז אן אומגליק אז עס איז נאך א יאר אריבער געפלויגן און איך דערנענטער זיך צום טויט. אבער פון די אנדערע זייט טראכט מען אריין באמערקט מען אז פון צווישען ביליאנען טויטע מענטשען עס איז אומגלויבליך אז מען איז פון די פאר געציילטע אויסדערוועלטע וואס האבן זוכה געווען צו לעבן, דאס איז א פרייליכע פאקט וואס לאזט זיך שווער גלייבן אבער טאמער איר ליינט די שורות איז א סימן אז איר זענט דער גליקליכער צו דערלעבן. יום הולדת איז די געבורטס טאג פון א מענטש. טייל פירען זיך צו פראווען א סעודה אין א געבורטס טאג ווייל עס איז א יום שמחה.

געלט

געלט איז יעדע זאך מיט וואס מקען באצאלן פאר גוטער און דינסטן. אויך מיט וואס מקען אפצאלן א חוב. געלט איז א מיטל צו האנדלען דערמיט. היינטיקע צייטן איז געלט מטבעות און באנקנאטן, וואס האבן נישט קיין עצמדיקן ווערט, נאר מניצט זיי פאר געלט. דער מערסטער טייל פון געלט איז נישט די מטבעות און באנקנאטן נאר דאס געלט וואס ליגט אין באנק קאנטעס.

האמאסעקסואלוטעט

האמאסעקסואליטעט איז א געשלעכט-אטראקציע צווישן צוויי מענטשן פונעם זעלבן מין. א מענטש וואס גלוסט צו זיין אייגענעם געשלעכט ווערט גערופן א האמאסעקסואל, אדער ביי א מאנצביל א משכב זכרניק און ביי א מויד א לעזביאנקע. פארצייטנס האט מען געקלערט אז עס איז א פעלער און א לייבליכע קרענק. אבער היינט האלטן רוב פסיכאלאגן אז עס אינעם נאטור און עס איז נישט א קראנקייט. עס איז נישט נאר א באגריף ביי מענטשן, עס זענען אויך דא חיות וואס זענען האמאסעקסואל. די נאציס האבן באצייכנט האמאסעקסואלן מיט א ראזע ווינקל כּדי צו באצייכענען האמאסעקסואלן ביי די קאנצענטראציע לאגער. היינט צו טאגס נוצט די צייכן ווי איינע פֿון די הא ...