ⓘ אידישע קאנטראווערסיעס ..

א געשעפט

א געשעפט איז דער נאמען פון א חרדישער פילם אין אמעריקע וואס ארויס אין אידיש. די פרומע רבנים האבן דאס געאסרט צוליב מורא אז השפעות פון טעאטער און פילם וועט זיך אריינרייסן ביים חרדישן לאגער. מאנסי ברודער קירש פראדעצורער.

אנטי ציוניזם

דאס בליק פון פילע תורה-טרייע אידן אויף ציוניזם, איז אז דער גאנצער געדאנק פון "ציוניזם" באשטייט פון דער ציוניסטישער פראזע וואס איז פראפאגאנדירט געווארן דורכאויס די תר"ע-פ יארן, דאס צוויי טויזנט יעריגע גלות שרייט צו אונז "אם אין אני לי מי לי" עפרא לפומייהו. די אלע וואס זיי האלטן אז דער אויבנדערמאנטער פראזע האט אין זיך אן אמת, די ווערן אנגערופן "ציונים". "ציוניזם" איז א כפירה אין אסאך עיקרי אמונה. צום אלעם ערשטן איז דא אויבן-אויף צוויי זאכן אין וועלכע ציוניזם לייקנט: - ציוניזם לייקנט אז מיר זענען אין גלות ווייל דער אייבערשטער האט אונז דא געשיקט אלץ שטראף אויף אונזערע זינד. - ציוניזם לייקנט אז ...

דוד אסף

דוד אסף איז א ישראלישער שווארץ בייזער היסטאריקער און חוקר אויף די היסטאריע פון חסידים, וואס שרייבט מיט א בייסיגער שטייגער דאס נעגעטיווע זייט פון זיי, מיט זיין אייגנאינטערעס ציל. זיינע ביכער זענען: דרך המלכות - וועגן ר ישראל מרוזין. נאחז בסבך - וועגן עטליכע קאנטראווערסיעלע פערזאנען, אריינגערעכנט 1) משה בן ה"בעל התניא", 2) די נפילה פון רבין פון לובלין, 3) דאס מחלוקת מיט ברסלב, 4) וואס איז געווען מיט עקיבא יוסף חיות, 5) מנחם נחום פרידמאן א איידעם ביים שטעפאנעשטער, 6) אן איידעם פון בעלזער רב ר ישכר דוב. אין דעם בוך פראבירט ער צו מאכן א אנשטעל אז ער איז נישט איינזייטיג, ער איז אביעקטיוו, דעריבע ...

ארטסקראל

אַרטסקראל אדער מסורה איז א פרומע אידישע פובליקירן קאמפאני װאָס געפֿינט זיך אין ברוקלין און וואס איר ציל איז פארטייטשן די תורה אויף דער שפראך וואס רוב אידן רעדן היינט, סיי ענגליש און סיי אנדערע שפראכן. זיי גיבן אויך ארויס ספרים פון א ליטווישער פרעספעקטיוו. די קאמפאני איז געגרינדט געווארן דורך ר מאיר זלאטאוויטש, און ווערט אנגעפירט מיט זיין שותף ר נתן שערמאן - א ר אהרן קאטלערס א תלמיד פון בית המדרש גבוה אין לעקוואד. ביידע ליטווישע אידן. רוב פון די רעדאקטארן זייערע זענען אבער חסידישע אינגעלייט וואס טוען דאס פאר פרנסה.

אריזאנער ווייץ

אריזאנער ווייץ איז ווייץ וואס וואקסט אין דעם שטאַט אריזאנע, וואס דריי חסידישע מצה בעקערייען אין ניו יארק האבן אנגעהויבן צו ניצן צו באקן מצות פאר פסח אין יאר התשס"ז: קרית יואל מצה בעקעריי. פאפא צעהלים. מאנסי מצה בעקעריי עקיבא וויינשטאק. דער פיאנער פון אריזאנע ווייץ איז געווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין די יארן תשכ"ז און תשכ"ח. דאס איז צוריק נתחדש דורך די רבנים פון בארא פארק, הרב יצחק יעקב כייעם, הרב חיים לייב כ"ץ און הרב ישראל צבי בראדי, מיט די הילף פון דעם סאטמארער רבין הרב אהרן טייטלבוים פון קרית יואל.

באבאווער מחלוקת

די באבאווער מחלוקת איז א קריגעריי וואס קומט פאר אינערהאלב די באבאווער הויף וועלכע איז הויפטקווארטירט אין בארא פארק. אפיציעל האט די מחלוקה אויסגעבראכן נאך די פטירה פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם ווען א טייל חסידים האבן געוואלט אויפנעמען זיין איידעם, רבי מרדכי דוד אונגער, אנשטאט זיין ברודער דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר רבי בנציון, מיט די טענה פון חתנו כבנו און דערפאר באלאנגט עס מדין ירושה פאר איהם.