ⓘ קרית יטב לב איז א געגנט אין בלומינגבורג, ניו יארק, וואס איז באפעלקערט דורך אידן סאטמארער חסידים. ווילעדזש אוו בלומינגבורג – די לאקאלע מוניציפאליטעט וואס נעמט הי ..

                                     

ⓘ קרית יטב לב

קרית יטב לב איז א געגנט אין בלומינגבורג, ניו יארק, וואס איז באפעלקערט דורך אידן סאטמארער חסידים. ווילעדזש אוו בלומינגבורג" – די לאקאלע מוניציפאליטעט וואס נעמט היינט אריין קרית יטב לב יע" א – איז אפיציעל געגרינדעט געווארן אין יארע תקצ" ג, ולמספרם 833,’ דאס קומט אויס גענוי הונדערט זעקס און אכציג יאר צוריק. דאס איז געווען אין די גלאררייכע תקופה פון אבותינו ורבותינו הקדושים דער הייליגער ישמח משה זי" ע דער הייליגער דברי חיים זי" ע, דער הייליגער חתם סופר זי" ע, ועוד שרפי מעלה נבג" מ. דער ווילעדזש געפינט זיך אין טאון אוו מאמאקעטינג, וואס געפינט זיך ממש ביים דרום-מזרח עק פון סאליווען קאונטי וואס גרעניצט זיך מיט אראנדזש קאונטי. דער טאון איז געגרינדעט געווארן ניינציג יאר פריער, אין יארע תק" ג, ולמספרם 743.’עס איז געווען די ערשטע אפיציעלע ”טאון" אינעם שטח וואס איז היינט סאליווען קאונטי, וואס איז נאך דעמאלט געווען פון אלסטער קאונטי, איינס פון די ארגינעלע 12 קאונטיס אין ניו יארק סטעיט. ערשט אין 803 ’איז אלסטער קאונטי געווארן צוטיילט, און סאליווען קאונטי איז געגרינדעט געווארן, און דעמא...