ⓘ פארפרוירן II. פֿאַרפֿרוירן II אדער פֿאַרפֿרוירן 2 איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 2019. ער איז דער המשך-פילם פון פֿאַרפֿרוירן און ..

                                     

ⓘ פארפרוירן II

פֿאַרפֿרוירן II אדער פֿאַרפֿרוירן 2 איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 2019. ער איז דער המשך-פילם פון "פֿאַרפֿרוירן" און איז ווידער רעזשיסירט געווארן דורך קריס באַק און דזשעניפֿער לי, מיט די באטייליקונג פון די זעלבע מאנשאפט.

                                     

1. געשיכטע

אַגנאַר, דער קעניג פֿון אַרענדעל, זאגט זיינע צוויי טעכטער אַנאַ און עלזאַ אז זייער זיידע, קעניג רונעאַרד, האט געמאכט אן אפמאך מיט די נאָרטאָלדרע עדה צו בויען א דאַמבע אין זייער פארכישופטער וואלד. קעניג רונעאַרד איז אבער געשטארבן אין א קאַמף וואס האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי עדות. דער קאַמף רייצט אויף די עלעמענטאַרע רוחות פונעם וואלד: ערד, וואסער, לופט און פייער. די רוחות אַנטרינען ווערן און א וואנט פון נעפּל כאפט דער גאנצער וואלד. אַגנאַר האט אנטגעלאפֿן מיט הילף פון אן אומבאקאנטער ראטעווער.

דריי יאר נאך איר קאראנאציע אינעם ערשטן פילם פייערט קעניגין עלזאַ דער הערבסט אינעם קעניגרייך מיט פּרינצעסין אַנאַ, אָלאַף דער שניימענטש, קריסטאָף און זיין רעניפֿער סווען. ווען עלזאַ הערט א מיסטישע שטימע, זי פאלגט נאך אים און וועקט די רוחות אָן א כוונה. זיי שטערן אַרענדעל און דאָס גאנצע קעניגרייך דאַרף זיך אויסליידיקן. גראַנד פּעבי און די טראָלן קומען אין אַרענדעל און פּעבי זאגט אז אלעמען דאַרפן געפֿינען דער אמת וועגן דעם עבר פון דאָס קעניגרייך.

עלזאַ, אַנאַ, אָלאַף, קריסטאָף און סווען פֿאָרן צו דער פארכישופטער וואלד נאך די מיסטישע שטימע. נאך וואס דער נעפּל צעשפּליטערט זיך ווען עלזאַ רירט אים, דער לופט-רוח קומט אלס א טארנאדא און שעפּט אריין זיי אלע. עלזאַ פֿאַרהאַלט דעם טארנאדא, וואס מאכט אייז סקולפטורן. די שוועסטער געפֿינען אז די סקולפטורן באווייזן בילדער פון זייער זיידעס עבר און אז זייער מוטער, קעינגין אידונאַ, איז געווען א מיטגליד פון די נאָרטאָלדרע און אז זי האט געראטעוועט אַגנאַר. זיי טרעפֿן מיט די נאָרטאָלדרע און אן ארמיי פון אַרענדעלער סאלדאטן וואס זענען נאך ברוגז, און דערנאך קומט דער פייער-רוח. עלזאַ לערנט אז דער רוח איז א צעברויזיקע מאגישע סאַלאַמאַנדרע, און עלזאַ איינשטילט זי. עלזאַ און אַנאַ שטעלן אויף א פייער-איבעררייס צווישן די סאלדאטן און די נאָרטאָלדרע דורך מסביר זיין אז זייער מוטער איז געווען נאָרטאָלדרער און זייער פֿאָטער אַרענדעלער. שפעטער לערנען זיי וועגן א פֿינפֿטער רוח וואס וועט פֿאַראייניקן די מענטשן און דער נאַטירלעכער צויבער.

עלזאַ, אַנאַ און אָלאַף ממשיך זיין אָן קריסטאָף און סווען. זיי געפֿינען די שיף וואס האט געקראכט מיט זייערע עלטערן; זי אנטהאלט א מאפע מיט א וועג צו דער אַטאָהאָלאַן, א מיטאלאגישער טייך וואס לויט זייער מוטער האט אלע די טייטשן איבער דעם עבר. עלזאַ שיקט אַנאַ און אָלאַף אוועק און גייט זיך אליין. זי געפֿינט און מוסטירט דער נאָק, דער וואסער-רוח וואס באשיצט דער ים איידער אַטאָהאָלאַן. ווען זי דערגרייכט לערנט עלזאַ אז די שטימע וואס האט גערופֿן זי איז געווען פון אידונאַ; אז די נאטור האט געגעבן עלזאַ אירע כוחות ווייל אידונאַ האט אַגנאַר געראטעוועט; און אז עלזאַ זיך איז דער פֿינפֿטער רוח.

דערנאך לערנט עלזאַ אז די דאַמבע איז געבויט געווארן צו רעדוצירן די רעסורסן פון די נאָרטאָלדרע ווייל קעניג רונעאַרד האט געוואלט פארנעמען די געגנט. אויך לערנט זי אז ער האט דערמארדעט דער פירער פון נאָרטאָלדרע און אנגעהויבן דעם קאנפליקט. עלזאַ שיקט די אינפארמאציע צו אַנאַ איידער וואס זי ווערט פֿאַרפֿרוירן צוליב גיין טיף אריין אין דער אַטאָהאָלאַן. דאס מאכט אָלאַף אנהייבן אַנטרונען ווערן.

אַנאַ באקומט די מעלדונג פון עלזאַ און לערנט אז די דאַמבע דאַרף ווערן צעשטערט צו געבן די רואיקייט צוריק. אַנאַ געפֿינט און וועקט די ערד-גיגאנטן און פירט זיי צו די דאַמבע. די גיגאנטן ווארפן פֿעלדזן קיין אַנאַ וואס צעשטערן די דאַמבע. דאס שיקט א פֿאַרפֿלײץ לענגאויס דער פֿיאָרד קיין דאָס קעניגרייך. עלזאַ טייעט זיך און קומט צוריק אין אַרענדעל. זי אָפּווענדט דער פֿאַרפֿלײץ און ראטעוועט דאָס קעניגרייך.

ווען דער נעפּל-וואנט איינגייט קומט עלזאַ צוריק צו אַנאַ, און זיי בויען אָלאַף פֿונדאָסניי. קריסטאָף בעט פון אַנאַ צו הייראטן אים און זי מסכים זיין. עלזאַ מסביר זיין אז זי און אַנאַ זענען דער "בריק" צווישן די מענטשן און די מאגישע רוחות. אַנאַ ווערט די נייע קעניגין פון אַרענדעל און עלזאַ ווערט די באשיצערין פונעם פארכישופטער וואלד, וואס אפט קומט צוריק אין אַרענדעל נאך די רואיקייט איז ווידער דא.

                                     

2. שטימע אקטיארן

  • דזשאָש גד אַלס אָלאַף דער שניימענטש
  • אידינאַ מענזל אַלס קעניגין עלזאַ
  • דזשערעמי סיסטאָ אלס קעניג רונעאַרד
  • אָראָראַ אלס די שטימע די וואס עלזאַ הערט
  • קריסטען בעל אַלס פּרינצעסין אַנאַ
  • רייטשל מעטיוז אלס האַנימאַרען
  • קירען הינדס אלס גראַנד פּעבי
  • דזשאָנאַטאַן גראָף אַלס קריסטאָף
  • מאַרטאַ פּלימפּטאָן אלס ילענע
  • עוואַן רייטשל וואוד אלס קעניגין אידונאַ
  • דזשייסאָן ריטער אלס רײַדער
  • סטערלינג קיי. בראַון אלס מאַטיאַס
  • אַלפֿרעד מאָלינע אלס קעניג אַגנאַר
                                     

3. לידער

  • "פֿאַרלוירן אינעם וואַלד"
  • "אַלץ געפֿינט זיך" ענד-קרעדיטן ווערסיע
  • "באַווייַזן זיך"
  • "רעניפֿערן זענען בעסער ווי מענטשן"
  • "אַלץ געפֿינט זיך"
  • "פֿאַרלוירן אינעם וואַלד" ענד-קרעדיטן ווערסיע
  • "אין דאָס אומבאַקאַנט"
  • "טייל זאַכן קיינמאָל נישט זיך טוישן"
  • "אין דאָס אומבאַקאַנט" ענד-קרעדיטן ווערסיע
  • "נעכסטער ריכטיקער זאַך
  • "ווען איך וועל וואַקסן"
                                     
  • 21 מינוט און האט פ יר נייע לידער. דער פולער לענג המשך פילם פ א רפ רוירן II איז באפרייט געווארן דעם 22סטן נאוועמבער 2019. וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע