ⓘ דוד פיינשטיין. הרב דוד פֿיינשטיין איז געווען דער ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים אין ניו יארק, און א מיטגליד אינעם מועצת גדולי התורה אין די פאראייניגטע שטאטן ..

                                     

ⓘ דוד פיינשטיין

הרב דוד פֿיינשטיין איז געווען דער ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים אין ניו יארק, און א מיטגליד אינעם מועצת גדולי התורה אין די פאראייניגטע שטאטן און א פוסק.

                                     

1. ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן צו רב משה פיינשטיין און זיין ווייב סימא אינעם שטעטל ליובאן, די צווייטע פוילישע רעפובליקע היינט בעלארוס, בעת ווען זיין פאטער איז געווען דארט שטאטס־רב. אין יאר 1937 התרצ"ז האט ער אימיגרירט מיט זיין פאטער און זיין משפחה אין די פאראייניגטע שטאטן.

נאך זיין פאטער׳ס פטירה י"ג אדר ב, התשמ"ו 1986, האט ער איבערגענומען זיין פלאץ אלס ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים, אין איסט סייד, ניו יארק.

הרב פיינשטיין ווערט גערעכנט א פוסק א מחמיר. ער האט געפסקנט פאר די איינוואוינער פון ניו יארק סיטי אז זיי דארפן פילטערן דאס וואסער פונעם קראן וועגן א חשש פון שרצים אין דעם וואסער.‏

אין יאר תשפ"א איז ער ל"ע זייער נישט געזונט געווארן. מען האט אים צוגעלייגט דעם נאמען חזקיהו.‏

ער איז נפטר געווארן פרייטאג, פרשת וירא, תשפ"א, אין עלטער פון 91 יאר. טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי זיין לויה אין די איסט סייד, מאנהעטן.