ⓘ אויטאמאביל טיילן ..

אויטאמאביל באלייכטונג

די באלייכטונג סיסטעם פון א מאטאר פארמיטל שליסט איין ליכט און סיגנאַלירן געצייג מאָנטירט אין דער פֿראָנט, הינטער, זייטן און א מאל אויפן דאַך פון א מאטאר פארמיטל. זיי באלייכטן דער טראַקט פאר דעם שאָפֿער און מאכן דעם פארמיטל מער קענטיק, בפרט אין טונקלע אדער סמוטנע קאנדיציעס. דאָס ווארענט אנדערע שאָפֿערס און פוסגייערס פון א פארמיטלס בייזייאיקייט און פֿאָר-ריכטונג. עמערגענץ פארמיטלען געוויינטלעך האבן באזונדערע עקסטרע לעמפּלעך צו ווארענען שאָפֿערס און פוסגייערס ביי זייערע געשווינדע רייזעס אין נויטפאלן.

רייף

א רייף איז א רינג פון אן עלאסטישער מאטעריאל וואס באַדעקט א ראד. מערסט טראקט פארמיטלען און א סך אנדערע ניצן גומענע רייפן. די רייפן מאכן עס גרינגער פאר פארמיטלען צו פארן גלאַט. א טייל מעטרא באנען און טראַמען אויך ניצן גומענע רייפן ארום זייערע שטאָלענע רעדער פאר בעסערע האַלטונג ווי יענע פון אנדערע באנען. רייפן דאַרפן ווערן פארבייט נאך וואס זייערע געוועבן וויאַנען. עס איז זייער געפֿערלעך צו פארן מיט אָפּגעברויכטע רייפן, ווייל די רייף קען צערייסן זיך און מאכן דעם שאָפֿער פארלירן קאנטראל. אדורך טויזנטער יאר האט מען געמאכט רייפן פון לעדער, און פון אייזן אדער שטאָל אדורך הונדערטער. פּנעמאַטישע גומ ...