ⓘ מאטארן ..

מאטאר

א מאטאר איז א מאשין וואס פראדוצירט א באוועגונג דורך ענערגיע פון א געוויסער אריינגעבונג דערין. די ענערגיע קען קומען פון פארשידענע מקורות, ווי היץ, עלעקטריע, קאמפרימירטע לופט און עלאסטישע ענערגיע. א היץ מאטאר, ווי למשל דער אינעווייניק-פארברענונג מאטאר, ברענט א ברענשטאף צו שאפן היץ וואס טוט ארבעט. אן עלקעטרישער מאטאר פארוואנדלט עלעקטרישע ענערגיע אין מעכאנישער באוועגונג. א פנעוומאטישער מאטאר ניצט קאמפרימירטע לופט און א געווערק־מאטאר ווי אין אן אלטמאדישן זייגער ניצט עלאסטישע ענערגיע. היינט ארבעטן רוב אויטאס דורך אן אינעווייניק-פארברענונג מאטאר. אינזשענירן געבן זיך אפ מיט ענזשינס. דער גרעסטער אי ...

אינערלעך-פארברענונג מאטאר

אן אינערלעך-פארברענונג מאטאר איז דער היינטיגע היץ מאטאר פאר די אלגעמיינע אויטאמאבילן, אז עס פארברענט די גאזאלין פון אינעווייניג הערמעטיש פארמאכט אין א צילינדער און נישט ווי אמאל אין די באןען וואס מהאט פארברענט קוילן אינדערויסן צו שאפן ענערגיע. די רעאקציע פון גאזאלין געמישט מיט לופט וואס ווערט קאמפרעסט באשאפט גאז פון גאר הויכע טעמפעראטור און דרוק וואס ווילן זיך פארשפרייטן און עקספלאדירט דורך א פינק פייער. דער הויפט אקט איז די הייסע גאזן וואס שטופט מיט קראפט זיך צו באפרייען, דורכדעם וואס עס וויל זיך צושפרייטן און ארויסגיין, דערמיט אנמאכענדיג באוועגונג און טרייבונג.