ⓘ ברוך גרינפעלד. הרב ברוך גרינפעלד, אויך גערופֿן ר ברוכל הערמאַנשטאַטער, איז געווען א חסישידער רב און א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געדינט אין רבנות אין עטלעכע שטעט ..

                                     

ⓘ ברוך גרינפעלד

הרב ברוך גרינפעלד, אויך גערופֿן ר ברוכל הערמאַנשטאַטער, איז געווען א חסישידער רב און א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געדינט אין רבנות אין עטלעכע שטעט אין אונגארן און אין די פֿאראייניגטע שטאטן.

                                     

1. ביאגראפֿיע

ער איז געבוירן געווארן אין הומינא, סלאוואַקיי דעמאלט זעמפלען דיסטריקט, מלכות פון אונגארן צו זיין פאטער החסיד ר שאול יחזקאל גרינפֿעלד פון קורימא און צו זיין מאמע די צדיקית מרת חנה די טאכטער פון דעם חסיד המקובל ר יעקב יצחק צימענט פון טערצאל. אלץ אַ יונג קינד, איז ער שוין געווען דערקענט דורך אַלע וואס האבן אים באגעגנט ווי א גאר פרוםמער און פֿלייסיגער תלמיד. ער האט געלערנט אין קליינווארדיין ביי דעם גדול בישראל, דער מחבר פון דער ספרים ערוגת הבושם, רבי משה גרינוואלד און איז באלד געווארן איינער פון די חשובער תלמידים דארט. רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רבי, האט זייער שטארק גערעדט פון ר ברוך און האט אים געהאלטן אין א הויכע שטימע.

הרב ברוך גרינפעלד האט חתונה געהאט מיט רבקה וויינבערגער אין 1891 אין דער שטאט סטראפקאוו וואו עס האָט זיך דעמאלט געקליבן ארום אים עטליכע בחורי חמד וואס ער האט מיט זיי געלערנט. עס איז געווען מעין א קליינע ישיבה. שפעטער איז ער געווארן דער דיין פון די שטאט שעבעש, פאטנעק אין הערמענשטאט, וואו ער האט געגרינדעט די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה. איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער א קורצע תקופה האט ער געדינט אלץ דער רב פון קלויזענבורג וואו ער איז אויך געווען אינסטרומענטאל אין גרינדן די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה.

אין 1923 האָט ער אימיגרירט צו די פארייניקטע שטאטן וואו ער האט געדינט אלץ דער רב אין סקראנטאן, פענסילוועניע, פיטסטאָן, פענסילוועניע, ווילקעס-בער, פענסילוועניע, די בראָנקס, ניו יארק סיטי און דער אונטערשטער איסט סייד אין דער 52 קאַנאָן סטריט שול "קהלת אנשי ספרד אוסטריה ואונגריה". עס האט איהם שטארק צוטראגען וועגען די פוילקייט אין וועלכן מען האט געפירט תורה-אידישקייט און ער האט שטארק געקעמפט קעגען די דאזיגע פוילקייט. אין 1935 איז ער אריבערגעפארן קיין ירושלים עיה"ק און ביי זיין אנקומען האט מען אים פארגעשלאגן א צאל הויכע רבנישע הודעות אין דעם בית דין. אַזוי ווי אין דער פריערדיקער צייט אין זיין לעבן, האָט ער צוליב זיין גרויס עניוות אָפגעוואָרפֿן אזעלכע שטעלעס, אבער ער איז נאך אלעס געווען איינער פון די פירער פון דער עדה החרדית.

ר ברוך איז געווען נאענט מיט דעם סאטמאר רבי, רבי יואל טייטלבוים, און זיי האבן געלערנט אינאיינעם טעגליך גפ"ת. ער איז אויך געווען נאענט מיטן בעלזער רבי אהרן רוקח, וועלכער האָט שטארק רעספּעקטירט ר ברוך און האט עטליכע מאל אויסגעדרוקט צו זיינע נאנטע מענטשן וועגן אים וואס פאר א גרויסער ת"ח ער איז.

אויסער דעם וואס ער איז געווען באקאנט אלס א גרויסער תלמיד חכם, איז הרב גרינפעלד אויך געווען טאַלאַנטירט מוזיקאליש און א שיינער בעל תפילה און חזן. אין יאר תשי"ט האט מען געדרוקט זיינע גליונות אויף שו"ע או"ח אין דעם לעצטן באנד פון ערוגת הבשם על התורה. אין 1975 איז געדרוקט געוואָרן א ספר מיט א קליינער זאמלונג פון זיינע שריפטן אונטער דעם נאמען אהל ברוך.‏

רב ברוך איז אוועק י"א אייר שנת תשט"ז אין ירושלים און ער איז באהאלטן געווארן אין הר המנוחות.

                                     

2. משפחה

רב ברוך האט געהאט פינף קינדער וואָס האבן חתונה געהאט.

  • די עלטסטע איז געווען מרת מרים הי"ד וואָס איר מאן איז געווען רב נתן בוימהאפט, א תלמיד פון דער לבושי מרדכי פון מאד, ער איז געווען גרויסער תלמוד חכם אין א למדן וואָס זיי האבן געלעבט אין קלויזענבערג. ר נתן מיט מרים און פערצן פון זייערע קינדער, זענען נעבעך אומגעקומען אינעם חורבן. איינער פון זייערע קינדער, מרת סילקא ע"ה איז בחמלת ה געבליבען ביים לעבען. נאָך דער מלחמה האָט סילקא חתונה געהאַט מיט ר חיים שפיץ און זיי האבן געהאט דריי קינדער.
  • רב ברוךס צווייטע קינד איז געווען מרת רחל, וועלכער האָט חתונה געהאט מיט ר אהרן קלויזנער. די קלויזנרס האבן גיהאט צוויי קינדער.
  • זיין דריטע קינד איז געווען מרת חיה איידל, זי האט חתונה געהאט מיט ר שמעון פישמאן. זיי זענען געווען אָן קינדער.
  • זיין פינפטע קינד, מרת שרה, האט חתונה געהאט מיט ר דוד יעקב פרידמאן,‏ א תלמיד פון דעם ויגד יעקב אין פאפא. זיי האבן געהאט זעקס טעכטער.
  • זיין פערטע קינד, מרת מירל, האָט חתונה געהאַט מיט ר חיים פאל א תלמיד פון דער קרן לדוד. זי איז געשטארבן בשעת קימפעט כ"ז תשרי תרצ"ה זי איז באהאלטען געווארען אין די בית עולם בית דוד און זי איז שפעטער געווארען איבערגעפירט קיין ירושלים עיה"ק און איז באהאלטען געווארען איוף הר הזיתים און איז געבליבן אן קינדער.
                                     

3. רעפערענצן

  • יצחק יוסף כהן 1989. חכמי טראנסילוואניה. מכון ירושלים.
  • וויינשטיין, אברהם אביש הכהן. ספר זכרון סטראָפּקאָוו. ברוקלין: דייטש פּובלישינג און פּרינטינג פירמע.
  • מושיען של ישראל, פון שלמה יעקב גלבמן
  • לקורות היהדות בטרנסילבניה פון צבי יעקב אבראהאם, 1951