ⓘ יעקב עטלינגער. הרב רבי יעקב יאקבֿ עטלינגער איז געווען א רב און א פוסק, און איינער פון די פֿירער פון ארטאדאקסישן יידנטום אין דייטשלאנד. ער האט פֿאַרפֿאַסט די ספר ..

                                     

ⓘ יעקב עטלינגער

הרב רבי יעקב יאקבֿ עטלינגער איז געווען א רב און א פוסק, און איינער פון די פֿירער פון ארטאדאקסישן יידנטום אין דייטשלאנד. ער האט פֿאַרפֿאַסט די ספרים "ערוך לנר" אויף ש״ס, "ביכורי יעקב" אויף הלכות סוכה, שו"ת "בנין ציון", און, מנחת עני.

                                     

1. ביאגראפֿיע

ער איז געבוירן געווארן אין קארלסרוע צו רב אהרן און מוטער רעכל רחל, רב פון א שול און זיין ערשטער רבי. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי זיין פֿאָטער, דערנאך האט ער געלערנט ביים שטאטס־רב, רבי אשר זון פונעם ״שאגת אריה״. אלס בחר איז ער געגאנגען לערנען אין דער ישיבה פון רבי אברהם בינג, אב בית דין פון ווירצבורג אין בייערן. ער האט געהייראט בת שבע, טאכטער פון ר מאיר פון ווירצבורג.‏ דריי יאָר האט ער געלערנט בחברותא מיט רבי אליעזר בערגמאן. אויך האט ער געלערנט בחברותא מיט חכם יצחק בערנייס שפעטער געווארן האמבורגער רב.

                                     

2. כתב מינוי נשיאות ארץ ישראל מטעם רבני וחכמי הספרדים

בְּעֶזְרַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. מִי יִתֵּן מִצִּיּוֹן תֵּשׁוּעַת יִשְׂרָאֵל. אָדָם אֶחָד מֵרִיבּוֹא מָצָאנוּ, וְגַם אִשָּׁה בְּכָל אֵלֶּה מָצָאנוּ. אָמַר הַמֶּלֶךְ הֶחָכָם עָלָיו הַשָּׁלוֹם, נוֹצֶר תְּאֵינָה יֹאכַל פִּרְיָהּ,‏ וְרַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לַבְּרָכָה אָמְרוּ, הָאַי מַאָן דֵלָבַשׁ מַדַּה כוּ.‏ הִנְנוּ מַקְנִים אַרְבַּע אַמּוֹת קַרְקַע מֵאֲחוּזַּת כּוֹלְלוֹת עִיר הַקּוֹדֶשׁ לְמַעֲלַת הָרַב הָאַי גָּאוֹן יַעֲקֹב תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵל כְּבוֹד מוהר"ר יַעֲקֹב עֶטְטלִינגֵער נֶרוֹ יָאִיר, בֶּהִקַנֶא נשו"ק‏ וֵאָגֵדַן אֲנַחְנוּ מְמַנִּים אוֹתוֹ גַּבַּאי וְגִזְבָּר וֵאַמָרכֹּל כּוֹלֵל אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וְהִנְנוּ קוֹרְאִים אוֹתוֹ נָקוּב בְּשֵׁם נָשִׂיא אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וּבְיָדוֹ אֲנָךְ לְפַקֵּח וּלְהַשְׁגִּיחַ בְּכָל עִנְיְנֵי אֶרֶץ הַקּוֹדֶשׁ וְכוּ. וְעַל דְּבַר אֱמֶת וְצֶדֶק חָתַמְנוּ שְׁמוֹתֵינוּ פֶּה עִיר הַקּוֹדֶשׁ יְרוּשָׁלַיִם תובב"א בְּשִׁלְהֵי חוֹדֶשׁ רַחֲמִים שְׁנַתֹ, חוֹכְמַתּ אֲדָם תאי"ר פָּנָיו, לפ"ק, וְהַכֹּל שָׁרִיר וּבָרוּר וֶאֱמֶת וְיַצִּיב וְנָכוֹן וְקַיָּם.

  • זֶה שְׁמִי; רַחֲמִים שְׁלֹמֹה קַלֶנִי ס"ט.
  • זֶה שְׁמִי; מָרְדְּכַי בִּנְיָמִין נָבוֹן ס"ט חוֹתָם כּוֹלְלוֹת עיה"ק יְרוּשָׁלַיִם תובב"א‏
  • זֶה שְׁמִי; מָרְדְּכַי אֶלִיפַז סוּסִין ס"ט.
  • דָא גּוּשְׁפַּנְקָא דֵשָׁדַר מַלֵכָּא דְקשֵׁטָא יר"ה לִי לִשְׁמִי רִאשׁוֹן לְצִיּוֹן; יִצְחַק קוֹבוֹ ס"ט חוֹתָם.
                                     

3. משפחה

זיינע קינדער זענען געווען

  • הרב אהרן ברוך עטלינגער
  • הרב אברהם עטלינגער
  • הרב בן ציון עטלינגער
  • גיטל, ווייב פון הרב ד"ר מרדכי מארקוס הלוי הורוויץ, רב פון פראנקפורט, מחבר שו"ת מטה לוי, אבני זיכרון ורבני פרנקפורט.
  • איניקל פון הרב יעקב יאקב עטלינגער בעל הערוך לנר רבי אברהם חיים אלפערד פריימעאן מחבר פון ספר הרא"ש תולדות חייו.
  • רעכל, ווייב פון איר שוועסטער־קינד הרב מאיר עטלינגער
  • עלא, ווייב פון הרב ג לעפי.
  • רעלכע, ווייב פון הרב ד"ר משולם זלמן הכהן
  • מלכה, ווייב פון הרב הדרשן ד"ר יוסף איזאקסאן, רב פון ראטערדאם
  • העלנא, ווייב פון הרב ד"ר ישראל מאיר פריימאן רב פון פילענע
  • שרה, ווייב פון הרב ד"ר משה ליב הלוי במברגר, רב פון באד-קיסינגען, זון פון רבי יצחק דוב באמבערגער, ווירצבורגער רב