ⓘ מוזיקטעאטער. מוזיקטעאַטער איז אַ סאָרט אויפֿטרעט בייַ אַ טעאַטער. אַ מוזיקטעאַטער שאַפֿונג הייסט אַ מוזיקשוישפּיל. דאָס נוצט אַקטיאָרן, מוזיק, לידער און אָפֿט ט ..

                                     

ⓘ מוזיקטעאטער

מוזיקטעאַטער איז אַ סאָרט אויפֿטרעט בייַ אַ טעאַטער. אַ מוזיקטעאַטער שאַפֿונג הייסט אַ מוזיקשוישפּיל. דאָס נוצט אַקטיאָרן, מוזיק, לידער און אָפֿט טאַנץ. אַ טייַל מוזיקשוישפּילן ניצן נאָר טייַל זאַצן דיאַלאָג מיטן רוב אין געזאַנג. געוויינטלעך איז דאָס אַ קאָמבינאַציע פֿון רייד און געזאַנג. אַ טייַל באַקאַנטע מוזיקשוישפּילן זענען "וועסט סייַד סטאָרי", "די קלאַנגען פֿון מוזיק", "שיקאַגאָ" און "אָקלאַהאָמע!".

מוזיק איז געווען אַ טייַל פֿון דראַמאַ זינט אוראַלטע צייַטן, נאָר דער מאָדערנער מערבֿדיקער מוזיקטעאַטער האָט ערשטנס דערשיינט אינעם 19טער יאָרהונדערט.

                                     

1. 1850 ביז 1914

אַרום 1850 האָט דעם פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר הערווע עקספּערימענטירט מיט אַ סאָרט קאָמישער מוזיקטעאַטער מיטן נאָמען אָפּערעט opérette. די סאַמע באַקאַנטע אָפּערעטאַ קאָמפּאָזיטאָרן זענען געווען זשאַק אָפֿנבאַך 1850ער ביז 1870ער און יאָהאַן שטראַוס דער זון 1870ער ביז 1880ער. די מעלאָדיעס פֿון אָפֿנבאַך און די סאַטירע פֿון זייַנע ליברעטיסטן האָט אויסגעפֿורעמט אַ מאָדעל פֿאַר מוזיקטעאַטער נאָך.

וויכטיקע אויסווירקן זענען געווען די שאַפֿונגען פֿון גילבערט און סאַליוואַן אין בריטאַניע און די פֿון האַריגען און האַרט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. נאָכן זיי זענען געווען די פֿאַרשידענע עדוואַרדישע מוזיק-קאָמעדיעס און די מוזיקטעאַטער שאַפֿונגען פֿון אַמעריקאַנער שאַפֿערס ווי דזשאָרדזש מ. קאָהאַן.

                                     

2. וועבלינקען

  • אויסגעצויגענע שוישפילן געשטעלט העכער 400 מאל ביי בראדוויי, אף-בראדוויי, לאנדאן, טאראנטא, מעלבארן, פאריז, וויענע און בערלין אויף ענגליש
  • דער בראדוויי מוזיקטעאטער היים אויף ענגליש